Page 93 - Breyshis
P. 93

‫בראשית‬

‫‪ 12‬האָט יוֹסף צו אים געזאָגט‪ :‬דאָס איז דער פּיתרון דערפֿון‪ :‬די דר ַײ‬
‫צװ ַײגן דאָס ז ַײנען דר ַײ טעג‪ 13 .‬אין דר ַײ טעג אַרום װעט ַפּרעה‬
‫אױפֿנעמען ד ַײן קאָפּ‪ ,‬און װעט דיך אומקערן אױף ד ַײן שטאַנד‪ ,‬און‬
‫װעסט דערלאַנגען ַפּרעהס בעכער אין ז ַײן האַנט‪ ,‬לױטן פֿריערדיקן‬
‫שטײגער‪ ,‬װען דו ביסט געװען ז ַײן טראַנקמ ַײסטער‪ 14 .‬אָבער זאָלסט‬
‫מיך געדענקען ב ַײ זיך‪ ,‬אַז דיר װעט גוט ז ַײן‪ ,‬און זאָלסט טאָן‪ ,‬איך‬
‫בעט דיך‪ ,‬אַ חסד מיט מיר‪ ,‬און מיך דערמאָנען פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און מיך‬
‫אַרױסציען פֿון דעם דאָזיקן הױז‪ 15 .‬װאָרום געגנבעט בין איך‬
‫געגנבעט געװאָרן פֿון לאַנד פֿון די ִעברים; און דאָ אױך האָב איך קײן‬

        ‫זאַך ניט געטאָן‪ ,‬װאָס מע האָט מיך אַר ַײנגעזעצט אין תּפֿיסה‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט דער אױבערבעקער געזען אַז ער האָט צום גוטן פּוֹתר‬
‫געװען‪ ,‬און ער האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬מיר אױך האָט זיך געחלומט‪,‬‬
‫ערשט דר ַײ געפֿלאָכטענע קערב ז ַײנען אױף מ ַײן קאָףּ; ‪ 17‬און אין‬
‫דעם אױבערשטן קאָרב איז פֿון אַלערלײ עסנװאַרג פֿאַר ַפּרעהן‪,‬‬
 ‫געבעקזאַכן‪ ,‬און די פֿױגלען עסן זײ פֿון דעם קאָרב איבער מ ַײן קאָףּ‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט יוֹסף געענטפֿערט און האָט געזאָגט‪ :‬דאָס איז דער פּיתרון‬
‫דערפֿון‪ :‬די דר ַײ קערב דאָס ז ַײנען דר ַײ טעג‪ 19 .‬אין דר ַײ טעג אַרום‬
‫װעט ַפּרעה אַראָפּנעמען ד ַײן קאָפּ פֿון דיר‪ ,‬און װעט דיך אױפֿהענגען‬

           ‫אױף אַ בױם‪ ,‬און די פֿױגלען װעלן עסן ד ַײן פֿלײש פֿון דיר‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג‪ ,‬אין ַפּרעהס געבורטסטאָג‪,‬‬
‫האָט ער געמאַכט אַ מאָלצ ַײט פֿאַר אַלע ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און האָט‬
‫אױפֿגענומען דעם קאָפּ פֿון דעם אױבערטראַנקמ ַײסטער‪ ,‬און דעם‬
‫קאָפּ פֿון דעם אױבערבעקער‪ ,‬צװישן ז ַײנע קנעכט‪ 21 .‬און‬
‫ער האָט אומגעקערט דעם אױבערטראַנקמ ַײסטער צו ז ַײן‬
‫טראַנקמ ַײסטערשאַפֿט; און ער האָט דערלאַנגט דעם בעכער אין‬
‫ַפּרעהס האַנט‪ 22 .‬און דעם אױבערבעקער האָט ער‬
‫אױפֿגעהאַנגען‪ ,‬אַזױ װי יוֹסף האָט זײ פּוֹתר געװען‪ 23 .‬אָבער דער‬
‫אױבערטראַנקמ ַײסטער האָט ניט געדאַכט אָן יוֹספֿן‪ ,‬און האָט אים‬

                                                              ‫פֿאַרגעסן‪.‬‬
   88   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98