Page 18 - Omes
P. 18

‫עמוס‬

                         ‫און זעצט זיך אַראָפּ װי דער ט ַײך פֿון ִמצ ַר ִים‪.‬‬
                    ‫‪ 6‬דער װאָס בױט אין הימל ז ַײנע אױבערקאַמערן‪,‬‬

                         ‫און גרונטפֿעסט ז ַײן געװעלב אױף דער ערד;‬
                                        ‫װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים‪,‬‬

                        ‫און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד;‬
                                                  ‫יהוה איז ז ַײן נאָמען‪.‬‬

            ‫‪ 7‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַזױ װי די קינדער פֿון כּושים ז ַײט איר מיר‪,‬‬
                                       ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬

         ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                                           ‫און די פּ ִלשתּים פֿון ַכּפֿתּוֹר‪,‬‬
                                                     ‫און אַ ָרם פֿון קיר‪.‬‬

                                      ‫‪ 8‬זע‪ ,‬די אױגן פֿון גאָט ד ַײן האַר‬
                                     ‫ז ַײנען אױף דעם זינדיקן קינגר ַײך‪,‬‬
                     ‫און איך פֿאַרטיליק עס פֿון געזיכט פֿון דער ערד‪,‬‬
     ‫אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך ניט פֿאַרטיליקן דאָס הױז פֿון יעקבֿ‪,‬‬

                                                             ‫זאָגט גאָט‪.‬‬
                     ‫‪ 9‬װאָרום זע‪ ,‬איך באַפֿעל און װעל לאָזן שאָקלען‬

                           ‫דאָס הױז פֿון ישׂראל צװישן אַלע פֿעלקער‪,‬‬
                              ‫אַזױ װי עס װערט געשאָקלט אין אַ זיפּ;‬

                        ‫אָבער ניט אַ קערנדל װעט פֿאַלן צו דער ערד‪.‬‬
       ‫‪ 10‬דורכן שװערד װעלן שטאַרבן אַלע זינדיקע פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
 ‫װאָס זאָגן‪ :‬ניט גענענען און זיך פֿעדערן אױף אונדז װעט דאָס בײז‪.‬‬

                              ‫‪ 11‬אין יענעם טאָג װעל איך אױפֿשטעלן‬
                                   ‫דאָס א ַײנגעפֿאַלענע ב ַײדל פֿון דוד‪,‬‬

                                ‫און איך װעל פֿאַרמױערן אירע בראָכן‪,‬‬
                              ‫און ז ַײנע חורבֿות װעל איך אױפֿשטעלן‪,‬‬
                       ‫און װעל עס אױפֿבױען װי אין אַמאָליקע טעג;‬
 ‫‪ 12‬כּדי עס זאָלן אַרבן דעם איבערבל ַײב פֿון ֶאדוֹם און אַלע פֿעלקער‬
                           ‫די װאָס מ ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף זײ‪,‬‬
                              ‫זאָגט גאָט‪ ,‬דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע‪.‬‬

                                        ‫‪ 13‬זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
              ‫און דער אַקערער װעט זיך אָנשטױסן אָן דעם שניטער‪,‬‬

                    ‫און דער טרױבנטרעטער אָן דעם זריעה‪-‬װאַרפֿער;‬
                                       ‫און די בערג װעלן טריפֿן זאַפֿט‪,‬‬
                                           ‫און אַלע הײכן װעלן צעגײן‪.‬‬

‫‪ 14‬און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪,‬‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21