Page 4 - Yoyne
P. 4

‫יוֹנה‬

                               ‫איך האָב גערופֿן פֿון מ ַײן נױט צו גאָט‪,‬‬
                                        ‫און ער האָט מיר געענטפֿערט;‬

                    ‫פֿון דעם בױך פֿון אונטערערד האָב איך געשריען‪,‬‬
                                          ‫האָסטו צוגעהערט מ ַײן ָקול‪.‬‬

              ‫‪ 4‬װאָרום האָסט מיך אַר ַײנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש‪,‬‬
                                               ‫אין האַרצן פֿון די ימען‪,‬‬

                            ‫און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען;‬
                                            ‫אַלע ד ַײנע װעלן און אינדן‬

                                  ‫ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר‪.‬‬
                                     ‫‪ 5‬און איך האָב געװעסט געזאָגט‪:‬‬

                              ‫איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר ד ַײנע אױגן;‬
                                      ‫אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן‬
                                             ‫אױף ד ַײן הײליקן טעמֿפּל‪.‬‬

                       ‫‪ 6‬װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש‪,‬‬
                                   ‫דער תּ ָהום האָט מיך אַרומגענומען‪,‬‬

                      ‫ט ַײכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מ ַײן קאָפּ‪.‬‬
                     ‫‪ 7‬צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט‪,‬‬

                                  ‫די ערד ]האָט פֿאַרשלאָסן[ פֿאַר מיר‬
                                            ‫אירע ריגלען אױף אײביק‪.‬‬

                  ‫אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון גרוב מ ַײן לעבן‪,‬‬
                                                     ‫דו יהוה מ ַײן גאָט‪.‬‬

                       ‫‪ 8‬װען מ ַײן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר‪,‬‬
                                            ‫האָב איך אָן גאָט געדאַכט‪,‬‬

                                 ‫און מ ַײן תּפֿילה איז געקומען צו דיר‪,‬‬
                                              ‫אין ד ַײן הײליקן טעמֿפּל‪.‬‬

                         ‫‪ 9‬די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן‬
                                             ‫פֿאַרלאָזן זײער גענאָדיקן;‬

                                   ‫‪ 10‬אָבער איך װעל שלאַכטן צו דיר‪,‬‬
                                            ‫מיט אַ ָקול פֿון דאַנקעניש;‬

                      ‫װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן‪.‬‬
                                                ‫די ישועה איז ב ַײ גאָט‪.‬‬

‫‪ 11‬און גאָט האָט געהײסן דעם פֿיש‪ ,‬און ער האָט אױסגעשֿפּיגן יוֹנהן‬
                                                       ‫אױף דער יבשה‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9