Page 144 - Thilim
P. 144

‫תּהלים‬

                                   ‫זיכער ז ַײנען אַלע ז ַײנע באַפֿעלן;‬
                       ‫‪ 8‬אױפֿגעהאַלטן אױף אײביק און שטענדיק‪,‬‬

                                      ‫געמאַכט מיט אמת און יושר‪.‬‬
                 ‫‪ 9‬אַן אױסלײזונג האָט ער געשיקט צו ז ַײן פֿאָלק;‬

                           ‫ער האָט באַפֿױלן אױף אײביק ז ַײן בונד;‬
                              ‫הײליק און פֿאָרכטיק איז ז ַײן נאָמען‪.‬‬

                    ‫‪ 10‬דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט;‬
               ‫װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז ב ַײ אַלע װאָס טוען דאָס‪.‬‬

                                     ‫‪ 11‬ז ַײן לױב באַשטײט אײביק‪.‬‬

                                               ‫‪ַ 1‬ה ְללוָּיה‪.‬‬

   ‫װױל צו דעם מאַן װאָס האָט מורא פֿאַר גאָט‪,‬קיב‬
                       ‫װאָס נאָך ז ַײנע געבאָט טוט ער גאַרן זײער‪.‬‬
                         ‫‪ 2‬מאַכטיק אין לאַנד װעט ז ַײן ז ַײן נאָמען;‬
             ‫דער ָדור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט ז ַײן געבענטשט‪.‬‬
                         ‫‪ 3‬גוטס און עשירות איז ב ַײ אים אין הױז‪,‬‬
                     ‫און ז ַײן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק‪.‬‬
‫‪ 4‬ער ש ַײנט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע װי אַ ליכט אין דער פֿינצטער‪,‬‬

                ‫ער איז ל ַײטזעליק און דערבאַרימדיק און גערעכט‪.‬‬
                ‫‪ 5‬גוט איז דער מאַן װאָס איז ל ַײטזעליק און ל ַײט‪,‬‬

                         ‫װאָס פֿירט ז ַײנע זאַכן מיט גערעכטיקײט‪.‬‬
                        ‫‪ 6‬װאָרום ער װעט קײן מאָל ניט אומפֿאַלן;‬
                     ‫צו אײביקער געדעכעניש װעט ז ַײן דער צדיק‪.‬‬
                       ‫‪ 7‬פֿאַר אַ בײזער בשׂורה האָט ער ניט מורא‪,‬‬
                    ‫פֿעסט איז ז ַײן האַרץ‪ ,‬ער איז בטוח אױף גאָט‪.‬‬
                   ‫‪ 8‬זיכער איז ז ַײן האַרץ‪ ,‬ער האָט ניט קײן מורא‪,‬‬

                               ‫ביז ער זעט זיך אָן אױף ז ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬
                 ‫‪ 9‬ער טײלט פֿאַנאַנדער‪ ,‬ער גיט די באַדערפֿטיקע‪,‬‬

                                 ‫ז ַײן צדקה באַשטײט אױף אײביק;‬
                        ‫‪ 10‬ז ַײן האָרן װעט דערהױבן ז ַײן אין כּבֿוד‪.‬‬

                                ‫דער ָרשע װעט זען און זיך ערגערן‪,‬‬
               ‫ז ַײנע צײן װעט ער קריצן און װעט צעגאַנגען װערן;‬

                   ‫‪ 11‬דער באַגער פֿון די ר ָשעים װעט אונטערגײן‪.‬‬
   139   140   141   142   143   144   145   146   147   148   149