Page 154 - Thilim
P. 154

‫תּהלים‬

                           ‫װאָרום ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט‪.‬‬
              ‫‪ 46‬און איך װעל רעדן פֿון ד ַײנע אָנזאָגן פֿאַר מלכים‪,‬‬

                                     ‫און איך װעל מיך ניט שעמען‪.‬‬
                    ‫‪ 47‬און איך װעל מיך קװיקן מיט ד ַײנע געבאָט‬

                                                ‫װאָס איך האָב ליב‪.‬‬
‫‪ 48‬און איך װעל אױפֿהײבן מ ַײנע הענט צו ד ַײנע געבאָט װאָס איך‬

                                                           ‫האָב ליב‪,‬‬
                           ‫און איך װעל טראַכטן אָן ד ַײנע געזעצן‪.‬‬

                          ‫ז‬

                            ‫‪ 49‬געדענק דאָס װאָרט צו ד ַײן קנעכט‪,‬‬
                            ‫װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן‪.‬‬
                            ‫‪ 50‬דאָס איז מ ַײן טרײסט אין מ ַײן פּ ַײן‪,‬‬

                                  ‫װאָס ד ַײן צוזאָג לעבט מיך אױף‪.‬‬
                ‫‪ 51‬די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער –‬

                        ‫פֿון ד ַײן תּורה האָב איך זיך ניט אָפּגענ ַײגט‪.‬‬
    ‫‪ 52‬איך האָב געדאַכט‪ ,‬גאָט‪ ,‬אָן ד ַײנע משפּטים פֿון אײביק אָן‪,‬‬

                                      ‫און איך האָב מיך געטרײסט‪.‬‬
                    ‫‪ 53‬אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען‪,‬‬
                    ‫פֿון װעגן די ר ָשעים װאָס פֿאַרלאָזן ד ַײן תּורה‪.‬‬

                      ‫‪ 54‬געזאַנגען ז ַײנען מיר געװען ד ַײנע געזעצן‬
                               ‫אין הױז פֿון מ ַײן פֿאַרפֿרעמדטקײט‪.‬‬

                ‫‪ 55‬איך האָב דערמאָנט ב ַײ נאַכט ד ַײן נאָמען‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                                    ‫און איך האָב געהיט ד ַײן תּורה‪.‬‬
                                         ‫‪ 56‬דאָס האָב איך געהאַט‪:‬‬

                           ‫װאָס איך האָב געהאַלטן ד ַײנע באַפֿעלן‪.‬‬

                         ‫ח‬

                              ‫‪ 57‬מ ַײן טײל‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָב איך געזאָגט‪,‬‬
                                       ‫איז צו היטן ד ַײנע װערטער‪.‬‬

                 ‫‪ 58‬איך האָב געבעטן ב ַײ דיר מיטן גאַנצן האַרצן‪:‬‬
                                   ‫ל ַײטזעליק מיך לױט ד ַײן צוזאָג‪.‬‬

                                ‫‪ 59‬איך האָב באַרעכנט מ ַײנע װעגן‪,‬‬
                          ‫און געקערט מ ַײנע פֿיס צו ד ַײנע אָנזאָגן‪.‬‬
   149   150   151   152   153   154   155   156   157   158   159