Page 171 - Thilim
P. 171
תּהלים
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון ָד ִודן,
זע ,װי גוט און װי ליבקלג
איז דאָס זיצן פֿון ברידער באַנאַנד.
2אַזױ װי ט ַײער אײל אױפֿן קאָפּ,
װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד –
אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען,
װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון ז ַײנע קלײדער;
3אַזױ װי דער חרמון-טױ װאָס נידערט
אױף די בערג פֿון ִציון;
װאָרום דאָרטן האָט גאָט באַפֿױלן אַ ברכה,
לעבן ביז אײביק.
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
פֿאַר װאָר ,בענטשט גאָט ,אַלע קנעכט פֿון גאָט,קלד
װאָס שטײט אין גאָטס הױז אין די נעכט.
2הײבט אױף א ַײערע הענט צום הײליקטום,
און בענטשט גאָט.
3בענטשן זאָל דיך פֿון ִציון גאָט,
דער באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
ַ 1ה ְללוָּיה.קלה
לױבט דעם נאָמען פֿון גאָט,
לױבט ,איר קנעכט פֿון גאָט,
2װאָס שטײט אין הױז פֿון יהוה,
אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָטס הױז.
3לױבט גאָט װאָרום גאָט איז גוט,
זינגט צו ז ַײן נאָמען ,װאָרום ער איז ליב.
4װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ,
ישׂראל פֿאַר ז ַײן באַזונדער אײגנס.
5װאָרום איך װײס אַז יהוה איז גרױס,
און אונדזער האַר איבער אַלע געטער.
6אַלץ װאָס גאָט באַגערט ,טוט ער,