Page 3 - Ovadye
P. 3

‫עוֹבֿ ְדָיה‬

                      ‫‪ 7‬בּיז צום געמאַרק האָבּן זײ דיר באַלײט‪,‬‬
                                          ‫אַלע ד ַײנע בונדסל ַײט;‬

                                  ‫דיך פֿאַרפֿירט‪ ,‬דיך בּ ַײגעקומען‬
                                    ‫האָבּן די גוטע פֿר ַײנט ד ַײנע‪.‬‬

                               ‫די װאָס האָבּן ד ַײן ברױט געגעסן‬
                           ‫האָבן געשטעלט אַ נעץ אונטער דיר‪.‬‬
                     ‫ניט געװען קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין אים‪.‬‬

                       ‫‪ 8‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אין יענעם טאָג‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                ‫װעל איך אונטערברענגען די חכמים‪ ,‬פֿון ֶאדוֹם‪,‬‬

                        ‫און די פֿאַרשטאַנדיקײט‪ ,‬פֿון באַרג ֵע ָשׂו‪.‬‬
              ‫‪ 9‬און ד ַײנע גיבוֹרים‪ֵ ,‬תּי ָמן‪ ,‬װעלן צעבראָכן װערן‪,‬‬

                           ‫כּדי איטלעכער זאָל פֿאַרשניטן װערן‬
                                    ‫פֿון באַרג ֵע ָשׂו דורך טײטונג‪.‬‬

                  ‫‪ 10‬פֿאַר דעם אומרעכט צו ד ַײן ברודער יעקבֿ‬
                                     ‫װעט דיך אַ בושה באַדעקן‪,‬‬

                       ‫און װעסט פֿאַרשניטן װערן אױף אײביק‪.‬‬
         ‫‪ 11‬אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿון װ ַײטן‪,‬‬
    ‫אין דעם טאָג װאָס פֿרעמדע האָבן געפֿאַנגען ז ַײן פֿאַרמעג‪,‬‬

            ‫און װילדפֿרעמדע ז ַײנען געקומען אין ז ַײנע טױערן‪,‬‬
                              ‫און אױף ירו ָש ַל ִים גוֹרל געװאָרפֿן‪,‬‬

                           ‫ביסטו אױך געװען װי אײנער פֿון זײ‪.‬‬
‫‪ 12‬און דו האָסט ניט געזאָלט צוזען דעם טאָג פֿון ד ַײן ברודער‪,‬‬

                                      ‫אין טאָג פֿון ז ַײן אומגליק‪,‬‬
      ‫און ניט געזאָלט זיך פֿרײען איבער די קינדער פֿון יהודה‪,‬‬

                                ‫אין טאָג פֿון זײער אונטערגאַנג‪,‬‬
                               ‫און ניט געזאָלט גרײסן ד ַײן מױל‪,‬‬

                                               ‫אין טאָג פֿון נױט‪.‬‬
       ‫‪ 13‬האָסט ניט געזאָלט קומען אין טױער פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                                          ‫אין טאָג פֿון ז ַײן בראָך‪,‬‬
                      ‫ניט געזאָלט צוזען‪ ,‬דו אױך‪ ,‬ז ַײן אומגליק‪,‬‬

                                          ‫אין טאָג פֿון ז ַײן בראָך‪,‬‬
    ‫און ניט געזאָלט אױסשטרעקן די האַנט אױף ז ַײן פֿאַרמעג‪,‬‬

                                          ‫אין טאָג פֿון ז ַײן בראָך‪.‬‬
                  ‫און האָסט ניט געזאָלט שטײן ב ַײם שײדװעג‪,‬‬

                             ‫‪ 14‬צו פֿאַרשנ ַײדן ז ַײנע אַנטרונענע‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7