Page 4 - Ovadye
P. 4
עוֹבֿ ְדָיה
און ניט געזאָלט איבערענטפֿערן ז ַײנע געבליבענע,
אין טאָג פֿון נױט.
15װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט אױף אַלע פֿעלקער;
װי דו האָסט געטאָן ,װעט געטאָן װערן צו דיר,
ד ַײן טוּונג װעט זיך אומקערן אױף ד ַײן קאָפּ.
16װאָרום װי איר האָט געטרונקען אױף מ ַײן הײליקן באַרג,
װעלן טרינקען אַלע פֿעלקער תּמיד;
יאָ ,זײ װעלן טרינקען און זופּן,
און װערן װי קײן מאָל ניט געװען.
17אָבער אױף דעם באַרג ִציוֹן װעט ז ַײן אַן אַנטרינונג,
און ער װעט ז ַײן הײליק;
און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט אַרבן זײערע אַרבונגען.
18און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט ז ַײן אַ פֿ ַײער,
און דאָס הױז פֿון יוֹסף אַ פֿלאַם,
און דאָס הױז פֿון ֵע ָשׂו צו שטרױ,
און זײ װעלן זײ אָנצינדן און זײ פֿאַרצערן,
און קײן איבערבל ַײב װעט ניט ז ַײן פֿון דעם הױז פֿון ֵע ָשׂו;
װאָרום גאָט האָט גערעדט.
19און די װאָס אין ָדרום װעלן אַרבן דעם באַרג ֵע ָשׂו,
און די װאָס אין דער נידערונג – די פּ ִלשתּים;
און זײ װעלן אַרבן דאָס פֿעלד פֿון אפֿרים,
און דאָס פֿעלד פֿון שוֹמרוֹן;
און בנימין װעט אַרבן ִגל ָעד.
20און די דאָזיקע פֿאַרטריבענע מחנה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל
װאָס צװישן די כַּנענים ביז ָצרפֿת,
און די פֿאַרטריבענע פֿון ירו ָש ַל ִים װאָס אין ס ָפֿרד,
װעלן אַרבן די שטעט פֿון ָדרום.
21און העלפֿער װעלן אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג ִציוֹן,
צו משפּטן דעם באַרג ֵע ָשׂו,
און די מלוכה װעט ז ַײן ב ַײ גאָט.
© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.