Page 30 - Shoftim
P. 30

‫שופֿטים‬

‫ער אױֿף גיך צוגערופֿן דעם יונג‪ ,‬ז ַײן װאַפֿנטרעגער‪ ,‬און האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬צי אַרױס ד ַײן שװערד‪ ,‬און טײט מיך‪ ,‬כּדי מע זאָל ניט זאָגן‬
‫אױֿף מיר‪ :‬אַ פֿרױ האָט אים געהרגעט‪ .‬האָט אים ז ַײן יונג‬

                                   ‫דערשטאָכן‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 55‬האָבן געזען די מענער פֿון ישׂראל אַז אבֿימלך איז טױט‪ ,‬און זײ‬
                       ‫ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען איטלעכער אין ז ַײן הײם‪.‬‬

‫‪ 56‬אַזױ האָט גאָט אומגעקערט דאָס בײז פֿון אבֿימלכן װאָס ער האָט‬
‫געטאָן אַקעגן ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬צו הרגען ז ַײנע זיבעציק ברידער‪ 57 .‬און‬
‫דאָס גאַנצע בײז פֿון די מענטשן פֿון ש ֶכם האָט גאָט אומגעקערט‬
‫אױֿף זײער קאָפּ‪ ,‬און זײ איז אָנגעקומען די קללה פֿון יותם דעם זון‬

                                                           ‫פֿון ירובעלן‪.‬‬

‫‪ 1‬און נאָך אבֿימלכן איז אױפֿגעשטאַנען צו העלפֿן ישׂראל תּולע‬

‫דער זון פֿון פּואה דעם זון פֿון דודון‪ ,‬אַ מאַן פֿון ישׂשׂכר; און ערי‬

‫איז געזעסן אין שמיר אין דעם געבערג פֿון אפֿרים‪ 2 .‬און ער האָט‬
‫געמשפּט ישׂראל דר ַײ און צװאַנציק יאָר‪ .‬און ער איז געשטאָרבן‪ ,‬און‬

                                      ‫איז באַגראָבן געװאָרן אין שמיר‪.‬‬

‫‪ 3‬און נאָך אים איז אױפֿגעשטאַנען יאיר דער גלעדער; און ער האָט‬
‫געמשפּט ישׂראל צװײ און צװאַנציק יאָר‪ 4 .‬און ער האָט געהאַט‬
‫דר ַײסיק זין װאָס ז ַײנען געריטן אױֿף דר ַײסיק יונגע אײזלען‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געהאַט דר ַײסיק שטעט; מע רופֿט זײ חוות‪-‬יאיר ביז אױֿף‬
‫ה ַײנטיקן טאָג; די װאָס אין לאַנד גלעד‪ 5 .‬און יאיר איז געשטאָרבן‪,‬‬

                                   ‫און איז באַגראָבן געװאָרן אין קמון‪.‬‬

‫‪ 6‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט‬
‫אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און זײ האָבן געדינט די ַב ַעל‪-‬געטער‪ ,‬און די‬
‫עש ָתּרות‪ ,‬און די געטער פֿון ארם‪ ,‬און די געטער פֿון צידון‪ ,‬און די‬
‫געטער פֿון מואבֿ‪ ,‬און די געטער פֿון די קינדער פֿון עמון‪ ,‬און די‬
‫געטער פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה‪ ,‬און האָבן אים‬
‫ניט געדינט‪ 7 .‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױֿף ישׂראל‪,‬‬
‫און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון די פּ ִלשתּים‪,‬‬
‫און אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון עמון‪ 8 .‬און זײ האָבן געפּלאָגט‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35