Page 31 - Shoftim
P. 31

‫שופֿטים‬

‫און געדריקט די קינדער פֿון ישׂראל אין יענעם יאָר; אַכצן יאָר ]אַזױ[‪,‬‬
‫אַלע קינדער פֿון ישׂראל װאָס אױֿף יענער ז ַײט ירדן‪ ,‬אין לאַנד פֿון‬
‫ֶאמורי װאָס אין גלעד‪ 9 .‬און די קינדער פֿון עמון ז ַײנען‬
‫אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן מלחמה צו האַלטן אױך אױֿף יהודה‪ ,‬און‬
‫אױֿף בנימין‪ ,‬און אױפֿן הױז פֿון אפֿרים‪ ,‬און ישׂראלן האָט זײער‬
‫צוגעדריקט‪ 10 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬מיר האָבן געזינדיקט צו דיר‪ ,‬װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן‬
‫אונדזער גאָט און געדינט די ַב ַעל‪-‬געטער‪ 11 .‬האָט גאָט געזאָגט צו די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ :‬האָב איך א ַײך ניט ]געהאָלפֿן[ פֿון מצרים‪ ,‬און‬
‫פֿון ֶאמורי‪ ,‬און פֿון די קינדער פֿון עמון‪ ,‬און פֿון די פּ ִלשתּים? ‪ 12‬אױך‬
‫די צידונים‪ ,‬און עמלק‪ ,‬און מעון‪ ,‬האָבן א ַײך געדריקט‪ ,‬און איר האָט‬
‫געשריען צו מיר‪ ,‬און איך האָב א ַײך געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט‪13 .‬‬
‫אָבער איר האָט מיך פֿאַרלאָזן‪ ,‬און איר האָט געדינט פֿרעמדע‬
‫געטער‪ .‬דרום װעל איך א ַײך מער ניט העלפֿן‪ 14 .‬גײט און שר ַײט צו‬
‫די געטער װאָס איר האָט זײ אױסדערװײלט; זאָלן זײ א ַײך העלפֿן אין‬

                                              ‫דער צ ַײט פֿון א ַײער נױט‪.‬‬

‫‪ 15‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געזאָגט צו גאָט‪ :‬מיר האָבן‬
‫געזינדיקט; טו דו צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין ד ַײנע‬

                       ‫אױגן‪ ,‬נאָר ז ַײ אונדז פֿאָרט מציל ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 16‬און זײ האָבן אָפּגעטאָן די פֿרעמדע געטער פֿון צװישן זיך‪ ,‬און‬
‫האָבן געדינט יהוה; און ז ַײן זעל איז באַקלעמט געװען פֿון װעגן דער‬

                                                ‫מאַטערניש פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 17‬און די קינדער פֿון עמון האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און האָבן‬
‫געלאַגערט אין גלעד; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך‬
‫אױפֿגעקליבן און האָבן געלאַגערט אין ִמצפּה‪ 18 .‬האָט געזאָגט דאָס‬
‫פֿאָלק‪ ,‬די האַרן פֿון גלעד‪ ,‬אײנער צום אַנדערן‪ :‬װער איז דער מאַן‬
‫װאָס װיל אָנהײבן מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עמון? ער‬

            ‫זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע באַװױנער פֿון גלעד‪.‬‬

‫‪ 1‬און יפֿתּח דער גלעדער איז געװען אַ העלדישער גיבור‪ ,‬און‬

‫ער איז געװען דער זון פֿון אַ פֿרױ אַ זונה; און גלעד האָטיא‬

‫געבאָרן יפֿתּחן‪ 2 .‬און גלעדס װ ַײב האָט אים געבאָרן זין‪ ,‬און די זין‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36