Page 36 - Shoftim
P. 36
שופֿטים
שבולת ,און אַז ער האָט געזאָגט סבולת ,װ ַײל ער האָט ניט געקענט
אַרױסרעדן ריכטיק ,אַזױ האָבן זײ אים אָנגענומען און אים
געשחטען ב ַײ די איבערפֿאָרן פֿון ירדן .און עס ז ַײנען געפֿאַלן אין
יענער צ ַײט פֿון אפֿרים צװײ און פֿערציק טױזנט.
7און יפֿתּח האָט געמשפּט ישׂראל זעקס יאָר ,און יפֿתּח דער גלעדער
איז געשטאָרבן ,און איז באַגראָבן געװאָרן אין ]אײנער פֿון[ די שטעט
פֿון גלעד.
8און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל אבֿצן פֿון ֵבית-לחם 9 .און ער
האָט געהאַט דר ַײסיק זין ,און דר ַײסיק טעכטער האָט ער
אױסגעגעבן ,און דר ַײסיק טעכטער האָט ער אַר ַײנגענומען פֿאַר ז ַײנע
זין פֿון דערױסן .און ער האָט געמשפּט ישׂראל זיבן יאָר 10 .און אבֿצן
איז געשטאָרבן ,און איז באַגראָבן געװאָרן אין ֵבית-לחם.
11און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל אילון דער זבֿולונער .און ער
האָט געמשפּט ישׂראל צען יאָר 12 .און אילון דער זבֿולונער איז
געשטאָרבן ,און איז באַגראָבן געװאָרן אין אילון אין לאַנד זבֿולון.
13און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל עבֿדון דער זון פֿון הללן פֿון
פּרעתון 14 .און ער האָט געהאַט פֿערציק זין און דר ַײסיק אײניקלעך,
װאָס ז ַײנען געריטן אױֿף זיבעציק יונגע אײזלען .און ער האָט
געמשפּט ישׂראל אַכט יאָר 15 .און עבֿדון דער זון פֿון הללן פֿון
פּרעתון איז געשטאָרבן ,און איז באַגראָבן געװאָרן אין פּרעתון אין
לאַנד אפֿרים ,אױפֿן באַרג פֿון עמלק.
1און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז
שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,און גאָט האָט זײ געגעבן איןיג
דער האַנט פֿון די פּ ִלשתּים פֿערציק יאָר.
2און עס איז געװען אַ מאַן פֿון צרעה ,פֿון דער משפּחה פֿון ָדן ,װאָס
ז ַײן נאָמען איז געװען מנוח; און ז ַײן װ ַײב איז געװען אַן עקרה ,און
האָט ניט געבאָרן 3 .האָט אַ מלאך פֿון גאָט זיך באַװיזן צו דער פֿרױ,
און האָט צו איר געזאָגט :זע נאָר ,דו ביסט אַן עקרה ,און האָסט ניט
געבאָרן; אָבער װעסט טראָגעדיק װערן ,און װעסט געבערן אַ זון4 .