Page 39 - Shoftim
P. 39

‫שופֿטים‬

‫‪ 1‬און שמשון האָט גענידערט קײן תּמנה‪ ,‬און האָט געזען אַ‬

‫װ ַײבספּאַרשױן אין תּמנה פֿון די טעכטער פֿון די פּ ִלשתּים‪2 .‬יד‬

‫און ער איז אַרױפֿגעקומען‪ ,‬און האָט דערצײלט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן‬
‫מוטער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איך האָב געזען אַ װ ַײבספּאַרשױן אין‬
‫תּמנה פֿון די טעכטער פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און אַצונד נעמט זי מיר פֿאַר‬
‫אַ װ ַײב‪ 3 .‬האָט צו אים געזאָגט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער‪ :‬איז‬
‫ניטאָ צװישן די טעכטער פֿון ד ַײנע ברידער און צװישן מ ַײן גאַנצן‬
‫פֿאָלק אַ װ ַײבספּאַרשױן‪ ,‬אַז דו גײסט נעמען אַ װ ַײב פֿון די‬
‫אומבאַשניטענע פּ ִלשתּים? האָט שמשון געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער‪ :‬נעם‬
‫זי מיר װאָרום זי איז װױלגעפֿעלן אין מ ַײנע אױגן‪ 4 .‬און ז ַײן פֿאָטער‬
‫און ז ַײן מוטער האָבן ניט געװוּסט אַז דאָס איז פֿון גאָט‪ ,‬אַז דאָס‬
‫זוכט ער אַן אױסרעד אױֿף די פּ ִלשתּים‪ .‬און אין יענער צ ַײט האָבן די‬

                                 ‫פּ ִלשתּים געװעלטיקט איבער ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 5‬האָט שמשון אַראָפּגענידערט מיט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער קײן‬
‫תּמנה‪ .‬און זײ ז ַײנען געקומען ביז די װ ַײנגערטנער פֿון תּמנה‪ ,‬ערשט‬
‫אַ יונגער לײב ברילט אַקעגן אים‪ 6 .‬איז געקומען אױֿף אים אַ ג ַײסט‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬און ער האָט אים צעריסן‪ ,‬אַזױ װי מע צער ַײסט אַ ציקעלע;‬
‫און קײן זאַך איז ניט געװען אין ז ַײן האַנט‪ .‬און ער האָט ניט‬
‫דערצײלט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער װאָס ער האָט געטאָן‪ 7 .‬און‬
‫ער האָט אַראָפּגענידערט‪ ,‬און האָט גערעדט צו דער װ ַײבספּאַרשױן‪,‬‬

                            ‫און זי איז װױלגעפֿעלן אין שמשונס אױגן‪.‬‬

‫‪ 8‬און אין טעג אַרום איז ער צוריקגעקומען זי צו נעמען‪ ,‬און ער‬
‫האָט פֿאַרקערט צו זען די נ ֵבֿלה פֿון דעם לײב‪ ,‬ערשט אין דעם ל ַײב‬
‫פֿון לײב איז אַ ראָי בינען און האָניק‪ 9 .‬האָט ער עס אַרױסגעשאַרט‬
‫אין ז ַײנע האַנטפֿלעכן‪ ,‬און איז געגאַנגען און גײענדיק געגעסן‪ .‬און‬
‫ער איז געקומען צו ז ַײן פֿאָטער און צו ז ַײן מוטער‪ ,‬און האָט זײ‬
‫געגעבן‪ ,‬און זײ האָבן געגעסן‪ .‬און ער האָט זײ ניט דערצײלט אַז פֿון‬

                ‫דעם לײבס ל ַײב האָט ער אַרױסגעשאַרט דעם האָניק‪.‬‬

‫‪ 10‬און ז ַײן פֿאָטער האָט אַראָפּגענידערט צו דער װ ַײבספּאַרשױן‪ .‬און‬
‫שמשון האָט דאָרטן געמאַכט אַ מאָלצ ַײט; װאָרום אַזױ פֿלעגן טאָן די‬
‫בחורים‪ 11 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ האָבן אים געזען‪ ,‬אַזױ האָבן‬
‫זײ געבראַכט דר ַײסיק חבֿרים‪ ,‬און זײ ז ַײנען געװען מיט אים‪ 12 .‬האָט‬
‫שמשון צו זײ געזאָגט‪ :‬לאָמיך אַקאָרשט א ַײך ראָטן אַ רעטעניש;‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44