Page 42 - Shoftim
P. 42

‫שופֿטים‬

‫‪ 9‬ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען די פּ ִלשתּים‪ ,‬און האָבן געלאַגערט אין יהודה‪,‬‬
‫און זײ האָבן זיך צעשפּרײט אין לחי‪ 10 .‬האָבן די מענער פֿון יהודה‬
‫געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס ז ַײט איר אַרױפֿגעקומען אױֿף אונדז? האָבן זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬צו בינדן שמשונען ז ַײנען מיר אַרױפֿגעקומען; צו טאָן צו‬

                               ‫אים‪ ,‬אַזױ װי ער האָט געטאָן צו אונדז‪.‬‬

‫‪ 11‬האָבן אַראָפּגענידערט דר ַײ טױזנט מאַן פֿון יהודה צו דעם שפּאַלט‬
‫פֿון פֿעלז עיטם‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט צו שמשונען‪ :‬װײסטו דען ניט‬
‫אַז די פּ ִלשתּים געװעלטיקן איבער אונדז? ה ַײנט װאָס האָסטו אונדז‬
‫דאָ אָפּגעטאָן? האָט ער צו זײ געזאָגט‪ :‬װי זײ האָבן געטאָן צו מיר‪,‬‬
‫אַזױ האָב איך געטאָן צו זײ‪ 12 .‬האָבן זײ צו אים געזאָגט‪ :‬מיר האָבן‬
‫אַראָפּגענידערט דיך צו בינדן‪ ,‬כּדי דיך איבערצוגעבן אין דער האַנט‬
‫פֿון די פּ ִלשתּים‪ .‬האָט שמשון צו זײ געזאָגט‪ :‬שװערט מיר‪ ,‬אַז איר‬
‫אַלײן װעט ניט אָנפֿאַלן אױֿף מיר‪ 13 .‬האָבן זײ צו אים געזאָגט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬נײן‪ ,‬בלױז בינדן װעלן מיר דיך בינדן און דיך איבערגעבן אין‬
‫זײער האַנט‪ ,‬אָבער טײטן װעלן מיר דיך ניט טײטן‪ ,‬און זײ האָבן אים‬
‫געבונדן מיט צװײ נ ַײע שטריק‪ ,‬און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון‬

                                                             ‫דעם פֿעלז‪.‬‬

‫‪ 14‬װי ער איז געקומען ביז לחי‪ ,‬אַזױ האָבן די פּ ִלשתּים געשאַלט אים‬
‫אַנטקעגן; און אַ ג ַײסט פֿון גאָט איז געקומען אױֿף אים‪ ,‬און די‬
‫שטריק אױֿף ז ַײנע אָרעמס ז ַײנען געװאָרן אַזױ װי פֿלאַקס װאָס איז‬
‫אָנגעברענט געװאָרן פֿון פֿ ַײער‪ ,‬און ז ַײנע בינדשטריק ז ַײנען צעקראָכן‬
‫פֿון ז ַײנע הענט‪ 15 .‬און ער האָט געפֿונען אַ פֿרישע קינבאַק פֿון אַן‬
‫אײזל‪ ,‬און האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט‪ ,‬און זי גענומען‪ ,‬און‬

                                        ‫געשלאָגן מיט איר טױזנט מאַן‪.‬‬

                                          ‫‪ 16‬און שמשון האָט געזאָגט‪:‬‬

                                        ‫מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל‬
                                                   ‫הױפֿנס אױֿף הױפֿנס‬

                                        ‫מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל‬
                                       ‫האָב איך געשלאָגן טױזנט מאַן‪.‬‬

‫‪ 17‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ער האָט געענדיקט רעדן‪ ,‬אַזױ האָט ער‬
‫אַװעקגעװאָרפֿן די קינבאַק פֿון ז ַײן האַנט; און מע האָט גערופֿן‬

                                                 ‫יענעם אָרט רמת‪-‬לחי‪.‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47