Page 46 - Shoftim
P. 46

‫שופֿטים‬

‫לוסטיק מאַכן פֿאַר אונדז‪ .‬האָט מען גערופֿן שמשונען פֿון‬
‫געפֿענקעניש‪ ,‬און ער האָט זיך לוסטיק געמאַכט פֿאַר זײ; און מע‬

                            ‫האָט אים אַװעקגעשטעלט צװישן די ז ַײלן‪.‬‬

‫‪ 26‬האָט שמשון געזאָגט צו דעם יִינגל װאָס האָט אים געהאַלטן פֿאַר‬
‫דער האַנט‪ :‬לאָז מיך איך זאָל אָנטאַפּן די ז ַײלן װאָס דאָס הױז איז‬
‫באַפֿעסטיקט אױֿף זײ‪ ,‬און איך װעל מיך אָנלענען אױֿף זײ‪ 27 .‬און‬
‫דאָס הױז איז געװען פֿול מיט מענער און װ ַײבער‪ ,‬און דאָרטן ז ַײנען‬
‫געװען אַלע פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים; און אױפֿן דאַך ז ַײנען געװען‬
‫אַרום דר ַײ טױזנט מענער און װ ַײבער װאָס האָבן צוגעקוקט װי‬
‫שמשון מאַכט זיך לוסטיק‪ 28 .‬האָט שמשון גערופֿן צו גאָט‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬גאָט דו האַר‪ ,‬דערמאָן זיך אָן מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬און‬
‫שטאַרק מיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬נאָר דאָס מאָל‪ ,‬גאָט‪ ,‬און לאָמיך זיך נוקם‬
‫ז ַײן אײן מאָל אַ נקמה פֿאַר מ ַײנע בײדע אױגן אָן די פּ ִלשתּים‪ 29 .‬און‬
‫שמשון האָט אַרומגענומען די בײדע מיטלסטע ז ַײלן װאָס דאָס הױז‬
‫איז געװען באַפֿעסטיקט אױֿף זײ‪ ,‬און האָט זיך אָנגעשפּאַרט אױֿף זײ;‬
‫אײנעם מיט ז ַײן רעכטער האַנט‪ ,‬און אײנעם מיט ז ַײן לינקער‪ 30 .‬און‬
‫שמשון האָט געזאָגט‪ :‬לאָמיך שטאַרבן אין אײנעם מיט די פּ ִלשתּים!‬
‫און ער האָט זיך אַ בױג געטאָן מיט כּוח‪ ,‬און דאָס הױז איז‬
‫א ַײנגעפֿאַלן אױֿף די פֿירשטן‪ ,‬און אױפֿן גאַנצן פֿאָלק װאָס דרינען‪.‬‬
‫און די טױטע װאָס ער האָט געטײט ב ַײ ז ַײן טױט‪ ,‬ז ַײנען געװען מער‬

                             ‫װי די װאָס ער האָט געטײט ב ַײ ז ַײן לעבן‪.‬‬

‫‪ 31‬און ז ַײנע ברידער און דאָס גאַנצע הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער האָבן‬
‫אַראָפּגענידערט‪ ,‬און האָבן אים גענומען‪ ,‬און אים אַרױפֿגעבראַכט‪,‬‬
‫און אים באַגראָבן צװישן צרעה און צװישען אשתּאול אין דעם קבֿר‬

                                                 ‫פֿון ז ַײן פֿאָטער מנוחן‪.‬‬

                         ‫און ער האָט געמשפּט ישׂראל צװאַנציק יאָר‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אַ מאַן פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים‪ ,‬װאָס‬

‫ז ַײן נאָמען איז געװען מיכה‪ 2 .‬האָט ער געזאָגט צו ז ַײן מוטער‪:‬יז‬

‫די טױזנט מיט הונדערט זילבערשטיק װאָס ז ַײנען צוגענומען געװאָרן‬
‫ב ַײ דיר‪ ,‬און װאָס דו האָסט װעגן זײ געשאָלטן‪ ,‬און האָסט עס אױך‬
‫געזאָגט אין מ ַײנע אױערן– אָט איז דאָס זילבער ב ַײ מיר; איך האָב‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51