Page 51 - Shoftim
P. 51

‫שופֿטים‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין יענע טעג‪ ,‬װען קײן מלך איז ניט‬

‫געװען אין ישׂראל‪ ,‬האָט אַ מאַן אַ ֵל ִוי געװױנט אין עקיט‬

‫געבערג פֿון אפֿרים‪ ,‬און ער האָט זיך גענומען אַ קעפּסװ ַײב פֿון ֵבית‪-‬‬
‫לחם‪-‬יהודה‪ 2 .‬און ז ַײן קעפּסװ ַײב איז אים געװאָרן אומטר ַײ‪ ,‬און איז‬
‫אַװעקגעגאַנגען פֿון אים צו איר פֿאָטערס הױז קײן ֵבית‪-‬לחם‪-‬יהודה‪,‬‬
‫און איז דאָרטן אָפּגעװען פֿיר חדשים צ ַײט‪ 3 .‬איז אױפֿגעשטאַנען‬
‫איר מאַן‪ ,‬און איז געגאַנגען נאָך איר‪ ,‬צו רעדן צו איר האַרצן‪ ,‬כּדי זי‬
‫אומצוקערן; און מיט אים איז געװען ז ַײן יונג און אַ פּאָר אײזלען‪.‬‬
‫און זי האָט אים אַר ַײנגעבראַכט אין איר פֿאָטערס הױז; און װי דער‬
‫פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט אים דערזען‪ ,‬אַזױ האָט ער זיך‬
‫געפֿרײט אַנטקעגן אים‪ 4 .‬און ז ַײן שװער‪ ,‬דער פֿאָטער פֿון דער‬
‫יונגער פֿרױ‪ ,‬האָט אים פֿאַרהאַלטן‪ ,‬און ער איז ב ַײ אים געזעסן דר ַײ‬
‫טעג; און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און האָבן דאָרטן‬

                                                           ‫גענעכטיקט‪.‬‬

‫‪ 5‬און עס איז געװען אױפֿן פֿירטן טאָג‪ ,‬האָבן זײ זיך געפֿעדערט אין‬
‫דער פֿרי‪ ,‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן‪ .‬האָט דער פֿאָטער פֿון‬
‫דער יונגער פֿרױ געזאָגט צו ז ַײן אײדעם‪ :‬לען אונטער ד ַײן האַרץ‬
‫מיט אַ שטיקל ברױט‪ ,‬און דערנאָך װעט איר גײן‪ 6 .‬האָבן זײ זיך‬
‫געזעצט‪ ,‬און האָבן בײדע אין אײנעם געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און‬
‫דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט געזאָגט צו דעם מאַן‪:‬‬
‫באַװיליק‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬און נעכטיק איבער‪ ,‬און לאָז װױלגײן ד ַײן‬
‫האַרץ‪ 7 .‬און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן‪ ,‬אָבער ז ַײן שװער‬
‫איז צוגעשטאַנען צו אים‪ ,‬און ער האָט װידער דאָרטן גענעכטיקט‪8 .‬‬
‫און װי ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי אױפֿן פֿינפֿטן טאָג צו‬
‫גײן‪ ,‬אַזױ האָט דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ געזאָגט‪ :‬לען‬
‫אונטער‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן האַרץ‪ ,‬און פֿאַרװ ַײלט ביז דער טאָג נ ַײגט‬

                                       ‫זיך; און זײ האָבן בײדע געגעסן‪.‬‬

‫‪ 9‬און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן‪ ,‬ער און ז ַײן קעפּסװ ַײב‬
‫און ז ַײן יונג; אָבער ז ַײן שװער‪ ,‬דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ‪,‬‬
‫האָט צו אים געזאָגט‪ :‬זע נאָר‪ ,‬דער טאָג פֿאַרגײט צום אָװנט;‬
‫נעכטיקט איבער‪ ,‬איך בעט דיך; אָט זעצט זיך דער טאָג‪ ,‬נעכטיק דאָ‪,‬‬
‫און לאָז װױלגײן ד ַײן האַרץ‪ ,‬און מאָרגן װעט איר זיך פֿעדערן אױֿף‬
‫א ַײער װעג‪ ,‬און װעסט גײן צו ד ַײן געצעלט‪ 10 .‬אָבער דער מאַן האָט‬
‫ניט געװאָלט נעכטיקן‪ ,‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק‪,‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56