Page 52 - Shoftim
P. 52
שופֿטים
און ער איז געקומען ביז אַקעגן יבֿוס –דאָס איז ירוש ַלים– און מיט
אים אַ פּאָר געזאָטלטע אײזלען ,און ז ַײן קעפּסװ ַײב מיט אים.
11אַז זײ ז ַײנען געװען ב ַײ יבֿוס ,איז דער טאָג שױן געװען זײער
גענידערט ,און דער יונג האָט געזאָגט צו ז ַײן האַר :קום ,איך בעט
דיך ,און לאָמיר א ַײנקערן אין דער דאָזיקער שטאָט פֿון דעם יבֿוסי,
און נעכטיקן אין איר 12 .האָט ז ַײן האַר צו אים געזאָגט :מיר װעלן
ניט א ַײנקערן אין אַ שטאָט פֿון פֿרעמדע ,װאָס איז ניט פֿון די קינדער
פֿון ישׂראל; לאָמיר אַריבערגײן ביז גבֿעה 13 .און ער האָט געזאָגט צו
ז ַײן יונג :קום ,און לאָמיר גענענען צו אײנעם פֿון די ערטער ,און מיר
װעלן נעכטיקן אין גבֿעה אָדער אין רמה.
14ז ַײנען זײ װ ַײטער געגאַנגען און ז ַײנען אַװעק; און די זון איז זײ
אונטערגעגאַנגען ב ַײ גבֿעה װאָס געהערט צו בנימין 15 .און זײ האָבן
פֿאַרקערט אַהין ,כּדי אַר ַײנצוגײן נעכטיקן אין גבֿעה .און ער איז
אַר ַײנגעגאַנגען ,און האָט זיך געזעצט אין מאַרק פֿון שטאָט ,אָבער
קײן מענטש האָט זײ ניט אַר ַײנגענומען אין הױז נעכטיקן 16 .ערשט
אַן אַלטער מאַן קומט אָן פֿון ז ַײן אַרבעט אין פֿעלד ,אין אָװנט; און
דער מאַן איז געװען פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים ,נאָר ער האָט זיך
אױפֿגעהאַלטן אין גבֿעה; און די מענטשן פֿון דעם אָרט ז ַײנען געװען
בנימינער 17 .און װי ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן ,און האָט
דערזען דעם מאַן דעם דורכגײער אױפֿן מאַרק פֿון שטאָט ,אַזױ האָט
דער אַלטער מאַן געזאָגט :װוּהין גײסטו? און פֿון װאַנען קומסטו? 18
האָט ער צו אים געזאָגט :מיר גײען אַריבער פֿון ֵבית-לחם-יהודה צום
עק געבערג פֿון אפֿרים .איך בין פֿון דאָרטן ,און איך בין געגאַנגען
קײן ֵבית-לחם-יהודה ,און צו גאָטס הױז גײ איך ,און קײן מענטש
נעמט מיך ניט אַר ַײן אין הױז 19 .און פֿאַראַן אי שטרױ אי פֿוטער
פֿאַר אונדזערע אײזלען ,און פֿאַראַן אױך ברױט און װ ַײן פֿאַר מיר,
און פֿאַר ד ַײן דינסט ,און פֿאַר דעם יונג װאָס מיט ד ַײנע קנעכט; עס
פֿעלט ניט קײן זאַך 20 .האָט דער אַלטער מאַן געזאָגט :פֿריד צו דיר!
אַלע ד ַײנע באַדערפֿענישן זאָלן נאָר ז ַײן אױֿף מיר; נאָר אױפֿן מאַרק
זאָלסטו ניט נעכטיקן.
21און ער האָט אים געבראַכט אין ז ַײן הױז ,און האָט פֿאַרמישט
פֿוטער פֿאַר די אײזלען; און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס ,און האָבן
געגעסן און געטרונקען.