Page 57 - Shoftim
P. 57
שופֿטים
גבֿעה ,צען טױזנט געקליבענע מענער פֿון גאַנץ ישׂראל ,און עס איז
געװען אַ שװערע מלחמה; און יענע האָבן ניט געװוּסט ,אַז זײ
טרעפֿט אַן אומגליק 35 .און גאָט האָט געשלאָגן בנימין פֿאַר ישׂראל,
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אומגעבראַכט פֿון בנימין אין יענעם
טאָג פֿינֿף און צװאַנציק טױזנט און הונדערט מאַן; אַלע די דאָזיקע
האָבן געצױגן אַ שװערד.
36און די קינדער פֿון בנימין האָבן געזען ,אַז זײ ז ַײנען געשלאָגן .און
די מענער פֿון ישׂראל האָבן געלאָזט אָרט פֿאַר די קינדער פֿון בנימין,
װאָרום זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אױֿף די לױערער װאָס זײ האָבן
געשטעלט אױֿף גבֿעה 37 .און די לױערער האָבן געא ַײלט און זיך אַ
לאָז געטאָן אױֿף גבֿעה ,און די לױערער האָבן אַר ַײנגעצױגן און האָבן
געשלאָגן די גאַנצע שטאָט מיטן שאַרֿף פֿון שװערד.
38און אַן אָפּרעד איז געװען ב ַײ די מענער פֿון ישׂראל מיט די
לױערער ,זײ זאָלן מאַכן אױפֿגײן אַ גרױס װאָלקן רױך פֿון שטאָט39 .
און װי די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט אין דער מלחמה,
און בנימין האָט אָנגעהױבן אַװעקלײגן דערשלאָגענע פֿון די מענער
פֿון ישׂראל ,אַרום דר ַײסיק מאַן ,װ ַײל זײ האָבן געזאָגט :פֿאַר װאָר,
געשלאָגן איז ער געשלאָגן פֿאַר אונדז ,אַזױ װי אין דער ערשטער
מלחמה – 40אַזױ האָט דער װאָלקן אָנגעהױבן אױפֿגײן פֿון שטאָט,
אַ ז ַײל רױך ,און בנימין האָט זיך אומגעקערט הינטער זיך ,ערשט די
גאַנצע שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען אין רױך צום הימל 41 .און די
מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט ,און די מענער פֿון בנימין
ז ַײנען צעטומלט געװאָרן ,װאָרום זײ האָבן געזען אַז אַן אומגליק
האָט זײ געטראָפֿן 42 .און זײ האָבן זיך אַװעקגעקערט פֿאַר די מענער
פֿון ישׂראל צום װעג פֿון מדבר ,אָבער די מלחמה האָט זײ אָנגעיאָגט;
און די װאָס פֿון די שטעט האָבן אים אומגעבראַכט אין ז ַײן מיט43 .
זײ האָבן אַרומגערינגלט בנימין ,אים נאָכגעיאָגט ,צו מנוחה אים
געטריבן ,ביז קעגן גבֿעה צו זונאױפֿגאַנג 44 .און עס ז ַײנען געפֿאַלן
פֿון בנימין אַכצן טױזנט מאַן; אַלע די דאָזיקע ,העלדישע ל ַײט.
45און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט ,און ז ַײנען אַנטלאָפֿן צום מדבר ,צום
פֿעלז ִרמון ,אָבער יענע האָבן נאָכגעקליבן פֿון זײ אױֿף די װעגן פֿינֿף
טױזנט מאַן ,און זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז גדעום ,און געשלאָגן
פֿון זײ צװײ טױזנט מאַן 46 .און אַלע װאָס ז ַײנענן געפֿאַלן פֿון בנימין