Page 58 - Shoftim
P. 58

‫שופֿטים‬

‫אין יענעם טאָג‪ ,‬ז ַײנען געװען פֿינֿף און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס‬
‫האָבן געצױגן אַ שװערד‪ ,‬אַלע די דאָזיקע‪ ,‬העלדישע ל ַײט‪ 47 .‬אָבער‬
‫זעקס הונדערט מאַן האָבן זיך פֿאַרקערט‪ ,‬און ז ַײנען אַנטלאָפֿן צום‬
‫מדבר‪ ,‬צום פֿעלז ִרמון‪ ,‬און זײ ז ַײנען געזעסן אין פֿעלז ִרמון פֿיר‬

                                                                ‫חדשים‪.‬‬

‫‪ 48‬און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט צו די קינדער פֿון‬
‫בנימין‪ ,‬און האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרֿף פֿון שװערד‪ ,‬פֿון דער‬
‫גאַנצער שטאָט ביז אַ בהמה‪ ,‬ביז אַלץ װאָס האָט זיך דאָרטן געפֿונען;‬
‫אױך האָבן זײ אַלע שטעט װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען‪,‬‬

                                              ‫אַװעקגעלאָזט אין פֿ ַײער‪.‬‬

‫‪ 1‬און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געהאַט געשװאָרן אין‬

‫ִמצפּה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬קײנער פֿון אונדז זאָל ניט געבן ז ַײןכא‬

‫טאָכטער צו בנימין פֿאַר אַ װ ַײב! ‪ 2‬און דאָס פֿאָלק איז געקומען קײן‬
‫ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און זײ ז ַײנען דאָרטן געזעסן ביזן אָװנט פֿאַר גאָט‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אױפֿגעהױבן זײער ָקול און געװײנט אַ גרױס געװײן‪ 3 .‬און זײ‬
‫האָבן געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס‪ ,‬יהוה דו גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬איז דאָס געשען‬

   ‫אין ישׂראל‪ ,‬עס זאָל ה ַײנט געמינערט װערן פֿון ישׂראל אײן שבֿט?‬

‫‪ 4‬און עס איז געװען אױֿף מאָרגן‪ ,‬האָט זיך דאָס פֿאָלק געפֿעדערט‪,‬‬
‫און זײ האָבן דאָרטן געבױט אַ מזבח‪ ,‬און אױפֿגעבראַכט‬
‫בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער‪ 5 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן‬
‫געזאָגט‪ :‬װער איז פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס איז ניט‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען אין דער א ַײנזאַמלונג צו גאָט? װאָרום אַ גרױסע‬
‫שבֿועה איז געװען אַקעגן דעם װאָס איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען צו גאָט‬

                ‫קײן ִמצפּה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬טײטן זאָל ער געטײט װערן!‬

‫‪ 6‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָט באַנג געטאָן אױֿף זײער ברודער‬
‫בנימין‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אָפּגעשניטן געװאָרן איז ה ַײנט אײן‬
‫שבֿט פֿון ישׂראל! ‪ 7‬װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װ ַײבער פֿאַר די‬
‫געבליבענע‪ ,‬אַז מיר האָבן געשװאָרן ב ַײ גאָט זײ ניט צו געבן פֿון‬
‫אונדזערע טעכטער פֿאַר װ ַײבער? ‪ 8‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬איז װער‬
‫אײנער דאָ פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63