Page 54 - Shoftim
P. 54

‫שופֿטים‬

‫ישׂראל ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מצרים ביז אױֿף ה ַײנטיקן‬
          ‫טאָג‪ .‬באַטראַכט א ַײך װעגן דעם‪ ,‬האַלט אַן עצה‪ ,‬און רעדט!‬

‫‪ 1‬ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און די גאַנצע‬

‫עדה װי אײן מאַן‪ ,‬פֿון ָדן און ביז ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבֿע און לאַנד גלעד‪,‬כ‬

‫האָט זיך א ַײנגעזאַמלט צו גאָט קײן ִמצפּה‪ 2 .‬און די פֿאָרשטײער פֿון‬
‫גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬האָבן זיך געשטעלט אין‬
‫דער א ַײנזאַמלונג פֿון גאָטס פֿאָלק‪ ,‬פֿיר הונדערט טױזנדט פֿוסגײער‬
‫װאָס ציען אַ שװערד‪ 3 –.‬און די קינדער פֿון בנימין האָבן געהערט אַז‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן ִמצפּה‪ –.‬און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט‪ :‬דערצײלט‪ ,‬װי אַזױ איז געשען‬

                                                     ‫דאָס דאָזיקע בײז‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט זיך אָפּגערופֿן דער מאַן דער ֵל ִוי‪ ,‬דער מאַן פֿון דער‬
‫דערהרגעטער פֿרױ‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬קײן גבֿעה װאָס געהערט צו‬
‫בנימין‪ ,‬בין איך געקומען‪ ,‬איך און מ ַײן קעפּסװ ַײב‪ ,‬צו נעכטיקן‪5 .‬‬
‫ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אױֿף מיר די מענער פֿון גבֿעה‪ ,‬און האָבן‬
‫אַרומגערינגלט דאָס הױז אַרום מיר ב ַײ נאַכט; מיך האָבן זײ‬
‫געטראַכט צו הרגען‪ ,‬און מ ַײן קעפּסװ ַײב האָבן זײ געפּ ַײניקט ביז זי‬
‫איז געשטאָרבן‪ 6 .‬האָב איך אָנגענומען מ ַײן קעפּסװ ַײב‪ ,‬און האָב זי‬
‫צעשניטן‪ ,‬און האָב זי פֿאַנאַנדערגשיקט אין גאַנצן פֿעלד פֿון דער‬
‫נחלה פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָרום זײ האָבן געטאָן אַ שענדלעכקײט און אַ‬
‫נ ָבֿלה אין ישׂראל‪ 7 .‬אָט ז ַײט איר אַלע‪ ,‬קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬גיט‬

                                        ‫אַהער א ַײער באַשײד און עצה‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט זיך אױפֿגעהױבן דאָס גאַנצע פֿאָלק װי אײן מאַן‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬מיר װעלן ניט גײן קײנער צו ז ַײן געצעלט‪ ,‬און מיר װעלן ניט‬
‫א ַײנקערן קײנער אין ז ַײן הױז! ‪ 9‬און אַצונד איז דאָס די זאַך װאָס‬
‫מיר װעלן טאָן צו גבֿעה‪ :‬גײן אױֿף איר לױט גורל‪ 10 .‬און מיר װעלן‬
‫נעמען צען מאַן פֿון הונדערט‪ ,‬פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬און‬
‫הונדערט פֿון טױזנט‪ ,‬און טױזנט פֿון צען טױזנט‪ ,‬אױֿף צו ברענגען‬
‫שפּ ַײז פֿאַרן פֿאָלק‪ ,‬כּדי זײ זאָלן טאָן‪ ,‬אַז זײ קומען צו גבֿע‪-‬בנימין‪,‬‬

            ‫לױט דער גאַנצער נ ָבֿלה װאָס זי האָט געטאָן אין ישׂראל‪.‬‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59