Page 50 - Shoftim
P. 50

‫שופֿטים‬

‫‪ 22‬װי זײ האָבן זיך דערװ ַײטערט פֿון מיכהס הױז‪ ,‬אַזױ ז ַײנען די‬
‫מענטשן װאָס אין די ה ַײזער װאָס לעבן מיכהס הױז זיך‬
‫צונױפֿגעלאָפֿן‪ ,‬און זײ האָבן אָנגעיאָגט די קינדער פֿון ָדן‪ 23 .‬און זײ‬
‫האָבן גערופֿן צו די קינדער פֿון ָדן‪ .‬האָבן יענע אומגעקערט זײער‬
‫פּנים‪ ,‬און האָבן געזאָגט צו מיכהן‪ :‬װאָס איז דיר‪ ,‬װאָס דו ביסט זיך‬
‫צונױפֿגעלאָפֿן? ‪ 24‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איר האָט צוגענומען מ ַײן גאָט‬
‫װאָס איך האָב געמאַכט‪ ,‬און דעם כֹּהן‪ ,‬און איר ז ַײט אַװעקגעגאַנגען‪,‬‬
‫און װאָס נאָך האָב איך? ה ַײנט װאָס זאָגט איר צו מיר‪:‬װאָס איז דיר?‬
‫‪ 25‬האָבן די קינדער פֿון ָדן צו אים געזאָגט‪ :‬לאָז ניט הערן ד ַײן ָקול‬
‫ב ַײ אונדז‪ ,‬װאָרום מענטשן מיט אַ ביטער געמיט װעלן נאָך אָנפֿאַלן‬
‫אױֿף א ַײך‪ ,‬און װעסט אומברענגען ד ַײן נפֿש און די נפֿשות פֿון ד ַײן‬

                                                            ‫הױזגעזינט‪.‬‬

‫‪ 26‬און די קינדער פֿון ָדן ז ַײנען געגאַנגען אױֿף זײער װעג‪ .‬און מיכה‬
‫האָט געזען אַז זײ ז ַײנען שטאַרקער פֿון אים‪ ,‬און ער האָט זיך‬

                      ‫אומגעדרײט און זיך צוריקגעקערט אין ז ַײן הױז‪.‬‬

‫‪ 27‬און זײ האָבן גענומען דאָס װאָס מיכה האָט געמאַכט‪ ,‬און דעם‬
‫כֹּהן װאָס ער האָט געהאַט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען אױֿף ליש‪ ,‬אױֿף אַ‬
‫רו ִיקן און זיכערן פֿאָלק‪ ,‬און האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרֿף פֿון‬
‫שװערד‪ ,‬און די שטאָט האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿ ַײער‪ 28 .‬און װער‬
‫עס זאָל מציל ז ַײן איז ניט געװען‪ ,‬װאָרום זי איז געװען װ ַײט פֿון‬
‫צידון‪ ,‬און קײן פֿאַרקער מיט אַ מענטשן האָבן זײ ניט געהאַט; און זי‬
‫איז געװען אין טאָל װאָס ב ַײ ֵבית‪-‬רחובֿ‪ .‬און זײ האָבן אָפּגעבױט די‬
‫שטאָט‪ ,‬און האָבן זיך אין איר באַזעצט‪ 29 .‬און זײ האָבן גערופֿן דעם‬
‫נאָמען פֿון דער שטאָט ָדן‪ ,‬נאָך דעם נאָמען פֿון זײער פֿאָטער ָדן װאָס‬
‫איז געבאָרן געװען ב ַײ ישׂראלן; אָבער ליש איז געװען דער נאָמען‬

                                              ‫פֿון דער שטאָט צוערשט‪.‬‬

‫‪ 30‬און די קינדער פֿון ָדן האָבן זיך אױפֿגעשטעלט דאָס געשניצטע‬
‫בילד‪ ,‬און יהונתן דער זון פֿון גרשום דעם זון פֿון מנשהן‪ ,‬ער און‬
‫ז ַײנע זין‪ ,‬ז ַײנען געװען כֹּהנים ב ַײם שבֿט ָדן‪ ,‬ביזן טאָג פֿון דעם גלות‬
‫פֿון לאַנד‪ 31 .‬און זײ האָבן געהאַלטן אױפֿגעשטעלט ב ַײ זיך דאָס‬
‫געשניצטע בילד װאָס מיכה האָט געמאַכט‪ ,‬אַלע טעג װאָס דאָס הױז‬

                                          ‫פֿון גאָט איז געװען אין שילו‪.‬‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55