Page 47 - Shoftim
P. 47
שופֿטים
עס גענומען .האָט ז ַײן מוטער געזאָגט :געבענטשט זאָל ז ַײן מ ַײן זון
פֿון גאָט! 3און ער האָט אומגעקערט די טױזנט מיט הונדערט
זילבערשטיק צו ז ַײן מוטער ,און ז ַײן מוטער האָט געזאָגט :הײליקן
האָב איך געהײליקט דאָס זילבער צו גאָט פֿון מ ַײן האַנט פֿאַר מ ַײן
זון ,אױֿף צו מאַכן אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד; און אַצונד װעל
איך עס דיר צוריקגעבן 4 .און אַז ער האָט אומגעקערט דאָס זילבער
צו ז ַײן מוטער ,האָט ז ַײן מוטער גענומען צװײ הונדערט
זילבערשטיק ,און האָט עס געגעבן צום שמעלצער ,און ער האָט
דערפֿון געמאַכט אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד ,און עס איז געװען
אין מיכהס הױז 5 .און דער מאַן מיכה האָט געהאַט אַ הױז פֿון גאָט,
און ער האָט געמאַכט אַן אפֿוד און אַ תּרפֿים ,און האָט דערפֿילט די
האַנט פֿון אײנעם פֿון ז ַײנע זין ,און ער איז אים געװען פֿאַר אַ כֹּהן.
6אין יענע טעג איז קײן מלך ניט געװען אין ישׂראל; איטלעכער
האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין ז ַײנע אױגן.
7און עס איז געװען אַ יונגערמאַן פֿון ֵבית-לחם-יהודה ,פֿון דער
משפּחה פֿון יהודה; און ער איז געװען אַ ֵל ִוי ,און האָט זיך דאָרטן
אױפֿגעהאַלטן 8 .און דער מאַן איז אַװעק פֿון דער שטאָט ,פֿון ֵבית-
לחם-יהודה ,זיך אױפֿצוהאַלטן װוּ אים װעט זיך טרעפֿן; און ער איז
געקומען צו געבערג פֿון אפֿרים ביז מיכהס הױז ,צו מאַכן ז ַײן װעג
װ ַײטער 9 .האָט מיכה צו אים געזאָגט :פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער
געזאָגט :אַ ֵל ִוי בין איך פֿון ֵבית-לחם-יהודה ,און איך גײ זיך
אױפֿהאַלטן װוּ מיר װעט זיך טרעפֿן 10 .האָט מיכה צו אים געזאָגט:
בל ַײב ב ַײ מיר ,און ז ַײ מיר פֿאַר אַ פֿאָטער און פֿאַר אַ כֹּהן ,און איך
װעל דיר געבן צען זילבערשטיק אַ יאָר ,און אַן אױסשטאַנד קלײדער,
און ד ַײנע קעסט .איז דער ֵל ִוי אַר ַײנגעגאַנגען 11 .און דער ֵל ִוי האָט
א ַײנגעװיליקט צו בל ַײבן מיטן מאַן .און דער יונגערמאַן איז ב ַײ אים
געװען אַזױ װי אײנער פֿון ז ַײנע זין 12 .און מיכה האָט דערפֿילט די
האַנט פֿון דעם ֵל ִוי ,און דער יונגערמאַן איז אים געװען פֿאַר אַ כֹּהן,
און ער איז געװען אין מיכהס הױז 13 .און מיכה האָט געזאָגט:
אַצונד װײס איך אַז גאָט װעט מיך באַגיטיקן ,אַז דער ֵל ִוי איז מיר
געװאָרן פֿאַר אַ כֹּהן.