Page 48 - Shoftim
P. 48

‫שופֿטים‬

‫‪ 1‬אין יענע טעג איז קײן מלך ניט געװען אין ישׂראל‪ .‬און אין‬

‫יענע טעג האָט דער שבֿט ָדן זיך געזוכט אַ נחלה אױֿף זיך צויח‬

‫באַזעצן‪ ,‬װאָרום ביז יענעם טאָג איז אים גאָרנישט צוגעפֿאַלן פֿאַר אַ‬
‫נחלה צװישן די שבֿטים פֿון ישׂראל‪ 2 .‬האָבן די קינדער פֿון ָדן‬
‫געשיקט פֿון זײער משפּחה פֿינֿף מענער פֿון צװישן זיך‪ ,‬העלדישע‬
‫יונגען פֿון צרעה און פֿון אשתּאול‪ ,‬אױסצוקוקן דאָס לאַנד‪ ,‬און עס‬
‫אױסצופֿאָרשן‪ .‬און זײ האָבן צו זײ געזאָגט‪ :‬גײט פֿאָרשט אױס דאָס‬
‫לאַנד‪ .‬ז ַײנען זײ געקומען צום געבערג פֿון אפֿרים ביז מיכהס הױז‪,‬‬
‫און האָבן דאָרטן גענעכטיקט‪ 3 .‬װי זײ ז ַײנען לעבן מיכהס הױז‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן זײ דערקענט דעם ָקול פֿון דעם יונגנמאַן‪ ,‬דעם ֵל ִוי‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אַהין פֿאַרקערט‪ ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬װער האָט דיך‬
‫אַהער געבראַכט? און װאָס טוסטו דאָ? און װאָס האָסטו דאָ? ‪4‬‬
‫האָט ער צו זײ געזאָגט‪ :‬אַזױ און אַזױ האָט מיכה געטאָן צו מיר; און‬
‫ער האָט מיך געדונגען‪ ,‬און איך בין אים געװאָרן פֿאַר אַ כֹּהן‪ 5 .‬האָבן‬
‫זײ צו אים געזאָגט‪ :‬פֿרעג אַקאָרשט ב ַײ גאָט‪ ,‬כּדי מיר זאָלן װיסן‬
‫אױב אונדזער װעג װאָס מיר גײען אױֿף אים װעט באַגליקן‪ 6 .‬האָט‬
‫דער כֹּהן צו זײ געזאָגט‪ :‬גײט לשלום! פֿאַר גאָט איז א ַײער װעג װאָס‬

                                                    ‫איר גײט אױֿף אים‪.‬‬

‫‪ 7‬ז ַײנען די פֿינֿף מענער געגאַנגען‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען קײן ליש‪,‬‬
‫און האָבן געזען דאָס פֿאָלק װאָס אין איר – װי זי זיצט אין‬
‫זיכערקײט‪ ,‬אַזױ װי דער שטײגער פֿון די צידונים‪ ,‬רו ִיק און זיכער‪,‬‬
‫און ניטאָ אין לאַנד אַ מאַכטהאָבער װאָס זאָל אין עפּעס קריװדען‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען װ ַײט פֿון די צידונים‪ ,‬און האָבן ניט קײן פֿאַרקער מיט‬

                                                            ‫אַ מענטשן‪.‬‬

‫‪ 8‬ז ַײנען זײ געקומען צו זײערע ברידער אין צרעה און אשתּאול; און‬
‫זײערע ברידער האָבן צו זײ געזאָגט‪ :‬װאָס ]זאָגט[ איר? ‪ 9‬האָבן זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬שטײט אױֿף‪ ,‬און לאָמיר אַרױפֿגײן אױֿף זײ‪ ,‬װאָרום מיר‬
‫האָבן געזען דאָס לאַנד‪ ,‬ערשט עס איז זײער גוט‪ .‬און איר שװ ַײגט?‬
‫איר זאָלט א ַײך ניט פֿױלן צו גײן‪ ,‬כּדי צו קומען אַרבן דאָס לאַנד‪10 .‬‬
‫אַז איר קומט‪ ,‬װעט איר קומען צו אַ רו ִיקן פֿאָלק‪ ,‬און דאָס לאַנד איז‬
‫געראַם אין אָרט‪ .‬פֿאַר װאָר‪ ,‬גאָט האָט עס געגעבן אין א ַײער האַנט;‬

        ‫אַן אָרט װאָס דאָרטן פֿעלט ניט קײן זאַך װאָס אױֿף דער ערד‪.‬‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53