Page 49 - Shoftim
P. 49

‫שופֿטים‬

‫‪ 11‬האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן‪ ,‬פֿון דער משפּחה פֿון ָדן‪ ,‬פֿון‬
‫צרעה און פֿון אשתּאול‪ ,‬זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט כּלי‪-‬‬
‫מלחמה‪ 12 .‬און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן געלאַגערט אין‬
‫ִקרית‪-‬יערים‪ ,‬אין יהודה; דרום רופֿט מען יענעם אָרט מחנה‪ָ -‬דן ביז‬
‫אױֿף ה ַײנטיקן טאָג; ער איז הינטער ִקרית‪-‬יערים‪ 13 .‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַריבער פֿון דאָרטן צום געבערג פֿון אפֿרים‪ ,‬און ז ַײנען געקומען ביז‬

                                                           ‫מיכהס הױז‪.‬‬

‫‪ 14‬האָבן זיך אָפּגערופֿן די פֿינֿף מענער װאָס ז ַײנען געגאַנגען‬
‫אױסקוקן דאָס לאַנד ליש‪ ,‬און האָבן געזאָגט צו זײערע ברידער‪:‬‬
‫װײסט איר אַז אין די דאָזיקע ה ַײזער איז דאָ אַן אפֿוד און אַ תּרפֿים‪,‬‬
‫און אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד? און אַצונד‪ ,‬װײסט װאָס איר‬

                                                          ‫האָט צו טאָן‪.‬‬

‫‪ 15‬האָבן זײ פֿאַרקערט אַהין‪ ,‬און ז ַײנען געקומען צום הױז פֿון דעם‬
‫יונגנמאַן דעם ֵל ִוי‪ ,‬צו מיכהס הױז‪ ,‬און האָבן אים געפֿרעגט אױֿף‬
‫פֿריד‪ 16 .‬און די זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט זײערע כּלי‪-‬‬
‫מלחמה‪ ,‬װאָס פֿון די קינדער פֿון ָדן‪ ,‬ז ַײנען געשטאַנען ב ַײם א ַײנגאַנג‬
‫פֿון טױער‪ 17 .‬און די פֿינֿף מענער װאָס ז ַײנען געגאַנגען אױסקוקן‬
‫דאָס לאַנד‪ ,‬ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬אַר ַײן אַהין‪ ,‬און צוגענומען דאָס‬
‫געשניצטע בילד‪ ,‬און דעם אפֿוד‪ ,‬און דעם תּרפֿים‪ ,‬און דאָס‬
‫געגאָסענע בילד; און דער כֹּהן איז געשטאַנען ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון‬
‫טױער מיט די זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט כּלי‪-‬מלחמה‪18 .‬‬
‫און װי יענע ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין מיכהס הױז‪ ,‬און האָבן‬
‫צוגענומען דאָס געשניצטע בילד מיט דעם אפֿוד‪ ,‬און דעם תּרפֿים‪,‬‬
‫און דאָס געגאָסענע בילד‪ ,‬אַזױ האָט דער כֹּהן צו זײ געזאָגט‪ :‬װאָס‬
‫טוט איר? ‪ 19‬האָבן זײ צו אים געזאָגט‪ :‬שװ ַײג! טו אַרױֿף ד ַײן האַנט‬
‫אױֿף ד ַײן מױל‪ ,‬און גײ מיט אונדז‪ ,‬און ז ַײ אונדז פֿאַר אַ פֿאָטער און‬
‫פֿאַר אַ כֹּהן‪ .‬איז דיר בעסער צו ז ַײן אַ כֹּהן ב ַײ אײן מענטשנס הױז‪,‬‬
‫אָדער ז ַײן אַ כֹּהן ב ַײ אַ שבֿט און ב ַײ אַ משפּחה אין ישׂראל? ‪ 20‬האָט‬
‫זיך דעם כֹּהנס האַרץ דערפֿרײט‪ ,‬און ער האָט גענומען דעם אפֿוד‪,‬‬
‫און דעם תּרפֿים‪ ,‬און דאָס געשניצטע בילד‪ ,‬און איז אַר ַײן צװישן‬
‫דעם פֿאָלק‪ 21 .‬און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט און ז ַײנען‬
‫אַװעקגעגאַנגען‪ .‬און זײ האָבן געשטעלט די קלײנע קינדער און דאָס‬

                                         ‫פֿי און דאָס גוטס זיך פֿאַרױס‪.‬‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54