Page 53 - Shoftim
P. 53

‫שופֿטים‬

‫‪ 22‬זײ טוען אַזױ װױל זײער האַרץ‪ ,‬ערשט די מענטשן פֿון שטאָט‪,‬‬
‫מענטשן נידערטרעכטיקע יונגען‪ ,‬האָבן אַרומגערינגלט דאָס הױז‪,‬‬
‫קלאַפּנדיק אױֿף דער טיר‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט צו דעם אַלטן מאַן‬
‫דעם בעל‪-‬הבית‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ברענג אַרױס דעם מאַן װאָס איז‬
‫געקומען אין ד ַײן הױז‪ ,‬כּדי מיר זאָלן אים דערקענען‪ 23 .‬איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען צו זײ דער מאַן דער בעל‪-‬הבית‪ ,‬און האָט צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬ניט‪ ,‬ברידער! איר זאָלט ניט טאָן קײן בײז‪ ,‬איך בעט א ַײך‪,‬‬
‫נאָך דעם אַז דער דאָזיקער מאַן איז געקומען אין מ ַײן הױז; איר‬
‫זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע נ ָבֿלה‪ 24 .‬אָט איז מ ַײן טאָכטער די‬
‫יונגפֿרױ‪ ,‬און ז ַײן קעפּסװ ַײב; לאָמיך‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬זײ‬
‫אַרױסברענגען‪ ,‬און פּ ַײניקט זײ‪ ,‬און טוט צו זײ װאָס איז גוט אין‬
‫א ַײערע אױגן‪ ,‬נאָר דעם דאָזיקן מאַן זאָלט איר ניט טאָן די דאָזיקע‬

                                                       ‫שענדלעכע זאַך‪.‬‬

‫‪ 25‬אָבער די מענטשן האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו אים‪ .‬האָט דער‬
‫מאַן אָנגענומען ז ַײן קעפּסװ ַײב‪ ,‬און אַרױסגעבראַכט צו זײ דערױסן;‬
‫און זײ האָבן זי דערקענט‪ ,‬און האָבן זי געמאַטערט אַ גאַנצע נאַכט‬
‫ביז באַגינען‪ ,‬און זי אַװעקגעלאָזט װען דער פֿרימאָרגן איז‬
‫אױפֿגעגאַנגען‪ 26 .‬און די פֿרױ איז געקומען אין אָנהײב באַגינען‪ ,‬און‬
‫איז אַנידערגעפֿאַלן און געלעגן אין א ַײנגאַנג פֿון דעם מאַנס הױז‬

       ‫װאָס איר האַר איז דאָרטן געװען‪ ,‬ביז עס איז געװאָרן ליכטיק‪.‬‬

‫‪ 27‬און איר האַר איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי‪ ,‬און האָט‬
‫געעפֿענט די טירן פֿון הױז‪ ,‬און איז אַרױס צו גײן אױֿף ז ַײן װעג‪,‬‬
‫ערשט די פֿרױ‪ ,‬ז ַײן קעפּסװ ַײב‪ ,‬ליגט אַנידערגעפֿאַלן אין א ַײנגאַנג פֿון‬
‫הױז מיט אירע הענט אױפֿן שװעל‪ 28 .‬האָט ער צו איר געזאָגט‪ :‬שטײ‬
‫אױֿף‪ ,‬און לאָמיר גײן; אָבער קײנער ענטפֿערט ניט‪ .‬האָט ער זי‬
‫אַרױפֿגענומען אױפֿן אײזל; און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און‬

                                                ‫איז אַװעק צו ז ַײן הײם‪.‬‬

‫‪ 29‬און ער איז געקומען אין ז ַײן הױז‪ ,‬און האָט גענומען דעם‬
‫שלאַכטמעסער‪ ,‬און האָט אָנגענומען ז ַײן קעפּסװ ַײב‪ ,‬און האָט זי‬
‫צעשניטן אױֿף אירע גלידער‪ ,‬אין צװעלֿף שטיקער‪ ,‬און האָט זי‬
‫פֿאַנאַנדערגעשיקט אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל‪ 30 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬איטלעכער װאָס האָט עס געזען‪ ,‬האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ‪-‬װאָס איז‬
‫ניט געשען און ניט געזען געװאָרן פֿון דעם טאָג װאָס די קינדער פֿון‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58