Page 56 - Shoftim
P. 56

‫שופֿטים‬

‫‪ 23‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן‬
‫געװײנט פֿאַר גאָט ביזן אָװנט‪ ,‬און זײ האָבן געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬זאָל איך װידער גענענען אױֿף מלחמה מיט די קינדער פֿון‬

     ‫מ ַײן ברודער בנימין? האָט גאָט געזאָגט‪ :‬גײט אַרױֿף אַקעגן אים‪.‬‬

‫‪ 24‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן גענענט צו די קינדער פֿון בנימין‬
‫אױפֿן צװײטן טאָג‪ 25 .‬און בנימין איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ פֿון‬
‫גבֿעה אױפֿן צװײטן טאָג‪ ,‬און זײ האָבן אומגעבראַכט פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל נאָך אַכצן טױזנט מאַן צו דער ערד; אַלע די דאָזיקע האָבן‬
‫געצױגן אַ שװערד‪ 26 .‬ז ַײנען אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬דאָס גאַנצע‬
‫פֿאָלק‪ ,‬אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען קײן ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און‬
‫האָבן געװײנט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געזעסן דאָרטן פֿאַר גאָט‪ ,‬און האָבן‬
‫געפֿאַסט אין יענעם טאָג ביזן אָװנט‪ ,‬און אױפֿגעבראַכט‬
‫בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר גאָט‪ 27 .‬און די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל האָבן געפֿרעגט ב ַײ גאָט– װאָרום דער אָרון פֿון גאָטס בונד‬
‫איז דאָרט געװען אין יענע טעג; ‪ 28‬און פּינחס דער זון פֿון אלעזר‬
‫דעם זון פֿון אַהרֹנען איז געשטאַנען פֿאַר אים אין יענע טעג– אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬זאָל איך װידער אַרױסגײן אױֿף מלחמה מיט די קינדער פֿון‬
‫מ ַײן ברודער בנימין‪ ,‬אָדער איך זאָל אױפֿהערן? האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

        ‫גײט אַרױֿף‪ ,‬װאָרום מאָרגן װעל איך אים געבן אין ד ַײן האַנט‪.‬‬

‫‪ 29‬האָט ישׂראל געשטעלט לױערער אױֿף גבֿעה רונד אַרום‪ 30 .‬און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אַקעגן די קינדער פֿון‬
‫בנימין אױפֿן דריטן טאָג‪ ,‬און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן‬
‫גבֿעה‪ ,‬אַזױ װי די פֿריערדיקע מאָל‪ 31 .‬און די קינדער פֿון בנימין‬
‫ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן דעם פֿאָלק – זײ ז ַײנען אָפּגעצױגן‬
‫געװאָרן פֿון שטאָט; און זײ האָבן אָנגעהױבן אַװעקלײגן פֿון דעם‬
‫פֿאָלק דערשלאָגענע אַזױ װי די פֿריעדיקע מאָל‪ ,‬אױפֿן פֿעלד‪ ,‬אױֿף די‬
‫װעגן װאָס אײנער גײט אַרױֿף קײן ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און אײנער קײן גבֿעה‪,‬‬
‫אַרום דר ַײסיק מאַן פֿון ישׂראל‪ 32 .‬און די קינדער פֿון בנימין האָבן‬
‫געזאָגט‪ :‬זײ ז ַײנען געשלאָגן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; אָבער די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט‪ :‬לאָמיר אַנטלאָפֿן און זײ אָפּציען‬
‫פֿון שטאָט צו די װעגן‪ 33 .‬און אַלע מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען‬
‫אױפֿגעשטאַנען פֿון זײער אָרט‪ ,‬און האָבן זיך אױסגעשטעלט אין‬
‫ַב ַעל‪ָ -‬תּמר‪ .‬און די לױערער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױסגעשפּרונגען פֿון‬
‫זײער אָרט‪ ,‬פֿון ַמערה‪-‬גבֿע‪ 34 .‬און זײ ז ַײנען געקומען פֿון אַקעגן‬
   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61