Page 60 - Shoftim
P. 60

‫שופֿטים‬

‫‪ 20‬און זײ האָבן געהײסן די קינדער פֿון בנימין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גײט‬
‫און איר זאָלט לױערן אין די װ ַײנגערטנער‪ 21 .‬און איר װעט צוזען;‬
‫און אָט װי די טעכטער פֿון שילו װעלן אַרױסגײן צו טאַנצן אין די‬
‫טענץ‪ ,‬אַזױ זאָלט איר אַרױסגײן פֿון די װ ַײנגערטנער‪ ,‬און א ַײך כאַפּען‬
‫איטלעכער אַ װ ַײב פֿאַר זיך פֿון די טעכטער פֿון שילו‪ ,‬און אַװעקגײן‬
‫אין לאַנד בנימין‪ 22 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װי זײערע פֿאָטערס אָדער‬
‫זײערע ברידער װעלן קומען זיך קריגן מיט אונדז‪ ,‬אַזױ װעלן מיר‬
‫זאָגן צו זײ‪ :‬ל ַײטזעליקט זײ אונדז‪ ,‬װאָרום ניט פֿאַר איטלעכן האָבן‬
‫מיר געקריגן אַ װ ַײב אין דער מלחמה; איבריקנס האָט איר זײ זײ ניט‬

                             ‫געגעבן‪ ,‬אַז איר זאָלט אַצונד שולדיק ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 23‬האָבן די קינדער פֿון בנימין אַזױ געטאָן‪ ,‬און זײ האָבן גענומען‬
‫װ ַײבער‪ ,‬לױט זײער צאָל‪ ,‬פֿון די טענצערינס װאָס זײ האָבן‬
‫אַװעקגערױבט; און זײ ז ַײנען געגאַנגען און האָבן זיך אומגעקערט צו‬
 ‫זײער נחלה‪ ,‬און האָבן אָפּגעבױט די שטעט‪ ,‬און זיך באַזעצט אין זײ‪.‬‬

‫‪ 24‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען פֿון‬
‫דאָרטן אין יענער צ ַײט איטלעכער צו ז ַײן שבֿט און צו ז ַײן משפּחה;‬

             ‫און זײ ז ַײנען אַװעק פֿון דאָרטן איטלעכער צו ז ַײן נחלה‪.‬‬

‫‪ 25‬אין יענע טעג איז קײן מלך ניט געװען אין ישׂראל; איטלעכער‬
                          ‫האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין ז ַײנע אױגן‪.‬‬

              ‫‪© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63