Page 55 - Shoftim
P. 55

‫שופֿטים‬

‫‪ 11‬און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אױֿף דער‬
‫שטאָט‪ ,‬באַהעפֿט װי אײן מאַן‪ 12 .‬און די שבֿטים פֿון ישׂראל האָבן‬
‫געשיקט מענטשן דורכן גאַנצן שבֿט בנימין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס פֿאַר‬
‫אַ בײז איז דאָ געשען צװישן א ַײך? ‪ 13‬און אַצונד גיט אַרױס די‬
‫מענטשן‪ ,‬די נידערטרעכטיקע יונגען‪ ,‬װאָס אין גבֿעה‪ ,‬און מיר װעלן‬

                      ‫זײ טײטן‪ ,‬און אױסראַמען דאָס בײז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫אָבער די קינדער פֿון בנימין האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו דעם ָקול‬
‫פֿון זײערע ברידער‪ ,‬די קינדער פֿון ישׂראל‪ 14 .‬און די קינדער פֿון‬
‫בנימין האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט פֿון די שטעט קײן גבֿעה‪ ,‬כּדי‬
‫אַרױסצוגײן אױֿף מלחמה מיט די קינדער פֿון ישׂראל‪ 15 .‬און די‬
‫קינדער פֿון בנימין האָבן אין יענעם טאָג זיך געצײלט פֿון די שטעט‬
‫זעקס און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד‪ ,‬אַחוץ די‬
‫באַװױנער פֿון גבֿעה װאָס האָבן זיך געצײלט זיבן הונדערט‬
‫געקליבענע מענער‪ 16 .‬דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק‪ ,‬זיבן הונדערט‬
‫געקליבענע מענער‪ ,‬ז ַײנען געװען געלינקטע‪ .‬איטלעכער פֿון די האָט‬

                    ‫געװאָרפֿן אַ שטײן אין אַ האָר‪ ,‬און ניט פֿאַרפֿעלט‪.‬‬

‫‪ 17‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך געצײלט אַחוץ בנימין פֿיר‬
‫הונדערט טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד; אַלע די דאָזיקע‪,‬‬
‫מלחמה‪-‬ל ַײט‪ 18 .‬און זײ ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען קײן ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און האָבן געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪ .‬און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט‪ :‬װער זאָל אונדז אַרױפֿגײן צוערשט‬
‫אױֿף מלחמה מיט די קינדער פֿון בנימין? האָט גאָט געזאָגט‪ :‬יהודה‬

                                                               ‫צוערשט‪.‬‬

‫‪ 19‬ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען די קינדער פֿון ישׂראל אין דער פֿרי‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געלעגערט אױֿף גבֿעה‪ 20 ,‬און די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען אױֿף מלחמה מיט בנימין; און די מענער פֿון ישׂראל‬
‫האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ ב ַײ גבֿעה‪ 21 .‬ז ַײנען די קינדער‬
‫פֿון בנימין אַרױסגעגאַנגען פֿון גבֿעה‪ ,‬און זײ האָבן אומגעבראַכט פֿון‬
‫ישׂראל אין יענעם טאָג צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן צו דער ערד‪.‬‬
‫‪ 22‬אָבער דאָס פֿאָלק‪ ,‬די מענער פֿון ישׂראל‪ ,‬האָבן זיך געשטאַרקט‪,‬‬
‫און זײ האָבן װידער אָנגעריכט אַ מלחמה אין דעם אָרט װאָס זײ‬

                              ‫האָבן דאָרטן אָנגעריכט אין ערשטן טאָג‪.‬‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60