Page 59 - Shoftim
P. 59

‫שופֿטים‬

‫צו גאָט קײן ִמצפּה? ערשט קײנער איז ניט געקומען אין לאַגער פֿון‬
                                       ‫ָיבֿיש‪ִ -‬גלעד צו דער א ַײנזאַמלונג‪.‬‬

‫‪ 9‬װאָרום דאָס פֿאָלק איז איבערגעצײלט געװאָרן‪ ,‬ערשט קײנער איז‬
                   ‫דאָרטן ניט געװען פֿון די באַװױנער פֿון ָיבֿיש‪ִ -‬גלעד‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט די עדה געשיקט אַהין צװעלֿף טױזנט מאַן פֿון די העלדישע‬
‫יונגען‪ ,‬און זײ האָבן זײ באַפֿױלן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גײט און איר זאָלט‬
‫שלאָגן די באַװױנער פֿון ָיבֿיש‪ִ -‬גלעד מיטן שאַרֿף פֿון שװערד‪ ,‬מיט די‬
‫װ ַײבער און די קלײנע קינדער‪ 11 .‬און דאָס איז די זאַך װאָס איר‬
‫זאָלט טאָן‪ :‬איטלעכן מאַנספּאַרשױן‪ ,‬און איטלעכע װ ַײבספּאַרשױן‬

    ‫װאָס װײס פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן‪ ,‬זאָלט איר פֿאַרטיליקן‪.‬‬

‫‪ 12‬האָבן זײ געפֿונען פֿון די באַװױנער פֿון ָיבֿיש‪ִ -‬גלעד פֿיר הונדעט‬
‫מײדלעך יונגפֿרױען װאָס האָבן ניט געװוּסט פֿון אַ מאַן דורך ליגן‬
‫מיט אַ מאַנספּאַרשױן; און זײ האָבן זײ געבראַכט אין לאַגער קײן‬

                                             ‫שילו װאָס אין לאַנד כַּנען‪.‬‬

‫‪ 13‬און די גאַנצע עדה האָט געשיקט און גערעדט צו די קינדער פֿון‬
‫בנימין װאָס אין פֿעלז ִרמון‪ ,‬און זײ האָבן זײ צוגערופֿן שלום‪ 14 .‬און‬
‫בנימין האָט זיך אומגעקערט אין יענער צ ַײט‪ ,‬און זײ האָבן זײ‬
‫געגעבן די װ ַײבספּאַרשױנען װאָס זײ האָבן געלאָזט לעבן פֿון די‬
‫װ ַײבספּאַרשױנען פֿון ָיבֿיש‪ִ -‬גלעד‪ ,‬אָבער אַפֿילו אַזױ ז ַײנען ניט געװען‬

                                                          ‫גענוג פֿאַר זײ‪.‬‬

‫‪ 15‬און דעם פֿאָלק האָט באַנג געטאָן אױֿף בנימין‪ ,‬װאָס גאָט האָט‬
‫געמאַכט אַ בראָך צװישן די שבֿטים פֿון ישׂראל‪ 16 .‬און די עלטסטע‬
‫פֿון דער עדה האָבן געזאָגט‪ :‬װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װ ַײבער פֿאַר‬
‫די איבעריקע‪ ,‬אַז װ ַײבער ז ַײנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון בנימין? ‪17‬‬
‫און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אַן אַנטרונענע ירושה מוז בל ַײבן בנימינען‪ ,‬כּדי‬
‫עס זאָל ניט אױסגעמעקט װערן אַ שבֿט פֿון ישׂראל‪ 18 .‬מיר אָבער‬
‫קענען זײ ניט געבן װ ַײבער פֿון אונדזערע טעכטער‪ ,‬װאָרום די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשװאָרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַרשאָלטן דער‬
‫װאָס גיט אַ װ ַײב צו בנימין! ‪ 19‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אָט איז אַ ָיום‪-‬‬
‫טובֿ צו גאָט פֿון יאָר צו יאָר אין שילו װאָס אין צפֿון פֿון ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬צו‬
‫מזרח פֿון דעם װעג װאָס גײט אױֿף פֿון ֵבית‪ֵ -‬אל קײן ש ֶכם‪ ,‬און אין‬

                                                       ‫ָדרום פֿון לבֿוָֹנה‪.‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63