Page 45 - Shoftim
P. 45

‫שופֿטים‬

‫און עס איז געװען‪ ,‬אַז זי האָט אים צוגעדריקט מיט אירע רײד אַלע‬
‫טעג‪ ,‬און איז צוגעשטאַנען צו אים ביז ז ַײן זעל איז געװאָרן‬
‫באַקלעמט צו שטאַרבן‪ 17 .‬האָט ער איר דערצײלט ז ַײן גאַנץ האַרץ‪,‬‬
‫און האָט צו איר געזאָגט‪ :‬אַ שערמעסער איז ניט אױפֿגעקומען אױֿף‬
‫מ ַײן קאָפּ‪ ,‬װאָרום אַ נזיר פֿון גאָט בין איך פֿון מ ַײן מוטערס ל ַײב אָן‪.‬‬
‫אַז איך זאָל אָפּגעשאָרן װערן‪ ,‬װעט זיך אָפּטאָן פֿון מיר מ ַײן כּוח‪ ,‬און‬

    ‫איך װעל אָפּגעשלאַפֿט װערן‪ ,‬און װעל ז ַײן אַזױ װי אַלע מענטשן‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט דלילה געזען‪ ,‬אַז ער האָט איר דערצײלט ז ַײן גאַנץ האַרץ‪,‬‬
‫און זי האָט געשיקט און גערופֿן די פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬קומט אַרױֿף דאָס מאָל‪ ,‬װאָרום ער האָט מיר דערצײלט ז ַײן‬
‫גאַנץ האַרץ‪ .‬ז ַײנען אַרױפֿגעקומען צו איר די פֿירשטן פֿון די‬
‫פּ ִלשתּים‪ ,‬און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דאָס געלט אין זײער האַנט‪.‬‬
‫‪ 19‬און זי האָט אים פֿאַרשלעפֿערט אױֿף אירע קני; און זי האָט‬
‫צוגערופֿן אַ מאַן‪ ,‬און געלאָזט אָפּשערן די זיבן פֿלעכטן פֿון ז ַײן קאָפּ;‬
‫און זי האָט אים אָנגעהױבן פּ ַײניקן‪ ,‬און ז ַײן כּוח האָט זיך אָפּגעטאָן‬
‫פֿון אים‪ 20 .‬האָט זי אַ זאָג געטאָן‪ :‬פּ ִלשתּים ז ַײנען אױֿף דיר‪ ,‬שמשון!‬
‫און ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון ז ַײן שלאָֿף‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איך‬
‫װעל אַרױסגײן װי אַלע מאָל‪ ,‬און װעל מיך פֿאַנאַנדערטרײסלען‪ .‬און‬

           ‫ער האָט ניט געװוּסט אַז גאָט האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון אים‪.‬‬

‫‪ 21‬און די פּ ִלשתּים האָבן אים גענומען‪ ,‬און האָבן אױסגעשטאָכן‬
‫ז ַײנע אױגן; און זײ האָבן אים אַראָפּגעבראַכט קײן ַעזה‪ ,‬און האָבן‬
‫אים געשמידט אין קופּערנע קײטן; און ער האָט געמאָלן אין דער‬
‫געפֿענקעניש‪ 22 .‬און די האָר פֿון ז ַײן קאָפּ האָט װידער אָנגעהױבן‬

                      ‫װאַקסן נאָך דעם װי ער איז אָפּגעשאָרן געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 23‬און די פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט צו‬
‫שלאַכטן אַ גרױסע שלאַכטונג צו זײער גאָט דגון‪ ,‬און זיך צו פֿרײען‪,‬‬
‫װאָרום זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אונדזער גאָט האָט געגעבן אין אונדזער‬
‫האַנט אונדזער פֿ ַײנט שמשונען‪ 24 .‬און דאָס פֿאָלק האָט אים געזען‪,‬‬
‫און זײ האָבן געלױבט זײער גאָט‪ ,‬װאָרום זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אונדזער‬
‫גאָט האָט געגעבן אין אונדזער האַנט אונדזער פֿ ַײנט‪ ,‬און דעם‬
‫פֿאַרװיסטער פֿון אונדזער לאַנד‪ ,‬און דעם װאָס האָט געמערט‬
‫אונדזערע דערשלאָגענע‪ 25 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז זײער האַרץ איז‬
‫געװען פֿרײלעך‪ ,‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬רופֿט שמשונען‪ ,‬און ער זאָל זיך‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50