Page 10 - חזקו בשנה החולפת
P. 10

‫חזקו’ס עסקנים געשטאנען אין זייט און די עלטערן זענען‬
                                                            ‫צוגעגאנגען אלע כאיש אחד זיך משתתף זיין בכתיבת‬
                                                            ‫הספר תורה‪ .‬און אנפילן אן עקסטערן “כתב שותפות“ וואס‬

                                                              ‫איז געדרוקט געווארן לכבוד דעם געהויבענעם מאמענט‪.‬‬
                                                            ‫יעדער פון די פארזאמלטע האט באקומען ספעציעלע‬

                                                                        ‫געשאנקען ווי אויך די בארימטע בוך “אתהלך“‪.‬‬

                                                            ‫דעם געהויבענעם מעמד האבן באשיינט די אדמורי“ם‬
                                                            ‫ממבקשי אמונה‪ ,‬דעעש‪ ,‬אזשעראוו‪ ,‬דושינסקיא‪ ,‬און נאך‬
                                                            ‫פיל רבנים פון “חזקו“‪ .‬אין די נאנטע זאל זענען זיך צאם‬
                                                            ‫געקומען אויך די פרויען און מיטגעהאלטן אלעס דורך‬

                                                                                                                 ‫האק‪-‬אפ‪.‬‬
                                                            ‫די עלטערן זענען אהיים מיט פולע הענט און לייכטערע‬
                                                            ‫הערצער! גלייך נאך די פארזאמלונג האט הרב קלוגער‬
                                                            ‫אנגעהויבן צוצוגיין מיט די הייליגע ערשטע גוויל למעון‬
                                                            ‫קדשם פון גדולי ומאורי דורינו וואס האבן אנטייל גענומען‬
                                                            ‫ביים שרייבן‪ .‬צווישן אלע איז ער געווען ביים מרן גאב“ד‬
                                                            ‫ירושלים שליט“א‪ ,‬מרן הגה“צ רבי יעקב מאיר שכטער‬
                                                            ‫שליט“א‪ ,‬און נאך‪ .‬אין אנטווערפן ביים פשעוורסקער‬
                                                            ‫רבי שליט“א‪ ,‬דער גאב“ד הגה“צ רבי אהרן שיף שליט“א‪,‬‬
                                                            ‫שאצער רבי שליט“א און נאך רבנים‪“ .‬חזקו“ האפט און וויל‬
                                                            ‫זוכה זיין אז אלע גדולי ומנהיגי העדה וועלן האבן א חלק‬

                                                                                         ‫אין דעם זעלטענעם ספר תורה‪.‬‬
                                                            ‫די גדולי ומאורי דורינו שליט“א האבן זיך עקסטער‬
                                                            ‫באמיהט צו אנטייל נעמען ביים חשוב’ן און זעלטענעם‬
                                                            ‫ס“ת‪ ,‬אויך די וואס געווענליך פירן זיך נישט צו שרייבן‪,‬‬
                                                            ‫אויך האבן זיי צוגעלייגט חתי“ק אויף די כתב השתתפות‬

                                                                      ‫ס“ת און זיך אויסגעדריקט זעלטן ווארעם דערצו‪.‬‬

‫מכתב נדיר א בריעוו בכתב יד קדשו פון כ”ק מרן‬
‫אדמו”ר מראחמסטריווקא אר”י שליט”א פאר חזקו‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15