Page 6 - חזקו בשנה החולפת
P. 6
חזקו -בני ברק אין די קורצע צייט זייט “חזקו” איז אויפגעשטעלט
געווארן ,האט די ארגאניזאציע באוויזן בעזר הש”ת
חזקו -ירושלים צו היילן פיל צובראכענע הערצער .הרב קלוגער
שלט”א געבט זיך אפ פריוואט מיט א יעדע משפחה
חזקו -אשדוד עקסטער ,אז עס פעלט אויס פארט מען אריבער צו
חזקו -ברכפלד באזוכן און שטארקן מיט גוטע ווערטער.
פון צייט צו צייט באקומען די משפחות פעקלעך
פול מיט דברי חיזוק .און צום נייעם יאר האבן אלע
משפחות באקומען א לוח ווי עס איז פארצייכנט
די אלע יארצייטן פון די “חזקו’ס” קינדער .אין לוח
ווערן אויך געברענגט די פרקי משניות מסודר לויט
א”ב אותיות .און די משפחות לערנען צוזאמען לע”נ.
צוויי מאל א יאר ארגאניזירט “חזקו” א טריפ פאר
אלע משפחות .מען פארט ארויס מיט די קינדער צו
א פארק אדער אנדערע אינטרעסאנטע פארוויילו־
נגען.
עס איז איבעריג צו זאגן וויפל חיות ברענגט דאס
אריין ביי די עלטערן און קינדער.
נאך פון די פילע אופטואונגען פון “חזקו”:
פולע אסיפות און פאזאמלונגען זענען שוין פארגע־
קומען פאר די משפחות ,ווי אויך זענען אויפגעשט־
עלט געווארן “הילפס גרופעס” וואו עלטערן שטא־
רקן זיך צוזאמען .מיט די באטייליגונג פון חשוב’ע
משפיעים.
אין חול המועד סוכות האבן די עלטערן און קינד־
ער זיך משמח געווען ביי א ספעציעלע “שמחת בית
השואבה” מיט די בעסטע בעלי מנגנים ,ווי ר’ מאיר
אדלר און ר’ מיכאל שניצלר.
הרב קולגער שליט”א האט אן א נאנטן קשר מיט די
משפחות וואס זייער קינד איז ל”ע אוועק .א האלב
יאר פון די טראגעדיע רופט ער זיי יעדן ערב שבת
און פרעגט זיך נאך צו מען דארף הילף אין וואס עס
קען נאר זיין .סיי טעכניש און סיי זעליש.
עס איז שווער זיך פארצושטעלן און באגרייפן די חי־
זוק און הילף וואס דאס אלעס געבט צו פאר די מש־
פחות ,עלטערנ’ס טעלעאפן קאל’ס צו “חזקו” זענען
פול מיט דאנקבארקייט .צו אויף די קלייניקייטן ווי
דאס געבן א שפילצייג פאר די קינדער בשעת ניחום
אבלים ל”ע ,אדער גרויסע זאכן ווי שטייען צו הילף
מיט פראפעסיאנאלע הילף ווען עס פאדערט זיך.