Page 120 - Breyshis
P. 120
בראשית
פֿיל טעג מוזן דערפֿילט װערן ב ַײם א ַײנבאַלזאַמירן .און די ִמצרים
האָבן אים באַװײנט זיבעציק טעג.
4און אַז די טעג פֿון ז ַײן באַװײנונג ז ַײנען אַריבער ,האָט יוֹסף
גערעדט צו ַפּרעהס הױז ,אַזױ צו זאָגן :אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב
געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין א ַײערע אױגן ,רעדט ,איך בעט א ַײך ,אין
די אױערן פֿון ַפּרעהן ,אַזױ צו זאָגן 5 :מ ַײן פֿאָטער האָט מיך
באַשװאָרן ,אַזױ צו זאָגן :זע ,איך שטאַרב; אין מ ַײן קבֿר װאָס איך
האָב מיר געגראָבן אין לאַנד כַּנ ַען ,דאָרטן זאָלסטו מיך באַגראָבן .און
אַצונד ,לאָמיך אַרױפֿגײן ,איך בעט דיך ,און באַגראָבן מ ַײן פֿאָטער,
און זיך אומקערן.
6האָט ַפּרעה געזאָגט :גײ אַרױף ,און באַגראָב ד ַײן פֿאָטער ,אַזױ װי
ער האָט דיך באַשװאָרן 7 .איז יוֹסף אַרױפֿגעגאַנגען צו באַגראָבן ז ַײן
פֿאָטער ,און מיט אים ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אַלע קנעכט פֿון ַפּרעהן,
די עלטסטע פֿון ז ַײן הױז ,און אַלע עלטסטע פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים 8 ,און
דאָס גאַנצע הױזגעזינט פֿון יוֹספֿן ,און ז ַײנע ברידער ,און ז ַײן
פֿאָטערס הױזגעזינט; בלױז זײערע קלײנע קינדער ,און זײערע שאָף
און זײערע רינדער ,האָבן זײ איבערגעלאָזן אין לאַנד גוֹ ֶשן 9 .אױך
ר ַײטער און ר ַײטװעגן ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים ,און די מחנה
איז געװען זײער גרױס.
10און זײ ז ַײנען געקומען ביז דעם ש ַײער פֿון אָ ָטד װאָס אױף יענער
ז ַײט ַירדן ,און האָבן דאָרטן געקלאָגט זײער אַ גרױסע און שװערע
קלאָג; און ער האָט געמאַכט אַ טרױער אױף ז ַײן פֿאָטער זיבן טעג.
11און דער באַװױנער פֿון לאַנד ,דער כַּנ ַעני ,האָט געזען דעם טרױער
ב ַײ דעם ש ַײער פֿון אָ ָטד ,און זײ האָבן געזאָגט :אַ שװערער טרױער
איז דאָס ב ַײ ִמצ ַר ִים .דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון
אָ ֵבלִ -מצ ַר ִים ,װאָס אױף יענער ז ַײט ַירדן.
12און ז ַײנע זין האָבן געטאָן צו אים אַזױ װי ער האָט זײ באַפֿױלן.
13און ז ַײנע זין האָבן אים אַװעקגעטראָגן קײן לאַנד כַּנ ַען ,און האָבן
אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון ַמכ ֵפּ ָלה ,װאָס אבֿרהם
האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד ,פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום ,פֿון ֶעפֿרוֹן דעם
ִחתּי ,פֿאַר ַממ ֵרא.