Page 115 - Breyshis
P. 115
בראשית
צו מיר געזאָגט :זע ,איך װעל דיך פֿרוכפּערן און װעל דיך מערן ,און
איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ געזעמל פֿעלקער; און איך װעל געבן דאָס
דאָזיקע לאַנד צו ד ַײן זאָמען נאָך דיר פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום5 .
און אַצונד ,די צװײ זין װאָס ז ַײנען דיר געבאָרן געװאָרן אין לאַנד
ִמצ ַר ִים פֿאַר מ ַײן קומען צו דיר קײן ִמצ ַר ִים ,זײ ז ַײנען מ ַײנע :אפֿרים
און מנשה זאָלן ז ַײן מ ַײנע אַזױ װי ראובן און שמעון 6 .אָבער ד ַײנע
געבאָרענע װאָס דו האָסט געבאָרן נאָך זײ ,זאָלן ז ַײן ד ַײנע; אױף דעם
נאָמען פֿון זײערע ברידער זאָלן זײ גערופֿן װערן אין זײער נחלה... 7 .
און איך ,אַז איך בין געקומען פֿון ַפּ ַדן ,איז מיר געשטאָרבן רחל אין
לאַנד כַּנ ַען אױפֿן װעג ,װען עס איז נאָך געװען אַ שטרעק לאַנד צו
קומען קײן ֶאפֿ ָרת; און איך האָב זי דאָרטן באַגראָבן אױפֿן װעג קײן
ֶאפֿ ָרת ,דאָס איז ביתֶ -ל ֶחם.
8און ישׂראל האָט געזען יוֹספֿס זין ,און ער האָט געזאָגט :װער ז ַײנען
די דאָזיקע? 9האָט יוֹסף געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער :דאָס ז ַײנען מ ַײנע
זין װאָס גאָט האָט מיר געשאָנקען דאָ הי .האָט ער געזאָגט :נעם זײ,
איך בעט דיך ,צו מיר ,און איך װעל זײ בענטשן 10 .און די אױגן פֿון
ישׂראלן ז ַײנען געװען טונקל פֿון ִזקנה ,ער האָט ניט געקענט זען.
האָט ער זײ געמאַכט גענענען צו אים ,און ער האָט זײ געקושט און
זײ געהאַלדזט 11 .און ישׂראל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן :איך האָב ניט
געדאַכט ד ַײן פּנים צו זען ,און אָט האָט מיך גאָט געלאָזט זען אױך
ד ַײנע קינדער.
12און יוֹסף האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון צװישן ז ַײנע קני ,און האָט זיך
געבוקט אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד 13 .און יוֹסף האָט זײ בײדן
גענומען ,אפֿרימען אין ז ַײן רעכטער האַנט ,צו דער לינקער האַנט פֿון
ישׂראלן ,און מנשהן אין ז ַײן לינקער האַנט ,צו דער רעכטער האַנט
פֿון ישׂראלן ,און האָט זײ געמאַכט גענענען צו אים 14 .האָט ישׂראל
אױסגעשטרעקט ז ַײן רעכטע האַנט ,און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון
אפֿרימען ,װאָס איז געװען דער י ִינגערער ,און ז ַײן לינקע האַנט אױפֿן
קאָפּ פֿון מנשהן; ער האָט בכּיװן איבערגעדרײט ז ַײנע הענט ,װאָרום
מנשה איז געװען דער ב ָכור 15 .און ער האָט געבענטשט יוֹספֿן ,און
האָט געזאָגט :דער גאָט װאָס מ ַײנע עלטערן אבֿרהם און יצחק ז ַײנען
געגאַנגען פֿאַר אים ,דער גאָט װאָס איז געװען מ ַײן פּאַסטוך פֿון זינט
איך לעב ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג 16 ,דער מלאך װאָס האָט מיך
אױסגעלײזט פֿון אַלעם בײזן ,ער זאָל בענטשן די י ִינגלעך; און עס