Page 114 - Breyshis
P. 114
בראשית
25האָבן זײ געזאָגט :האָסט אונדז דאָס לעבן דערהאַלטן; לאָמיר
געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין די אױגן פֿון מ ַײן האַר ,און מיר װעלן ז ַײן
קנעכט צו ַפּרעהן 26 .און יוֹסף האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ געזעץ ביז
אױף ה ַײנטיקן טאָג אױף דער ערד פֿון ִמצ ַר ִים ,אַז צו ַפּרעהן זאָל
געהערן אַ פֿינפֿטל .נאָר די ערד פֿון די פּריסטער אַלײן איז ניט
געװאָרן פּרעהס.
27און ישׂראל איז געזעסן אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,אין לאַנד גוֹ ֶשן; און זײ
האָבן זיך דאָרטן א ַײנגעפֿעסטיקט ,און האָבן זיך געפֿרוכפּערט און
געמערט זײער.
ַו ְי ִחי
28און יעקב האָט געלעבט אין לאַנד ִמצ ַר ִים זיבעצן יאָר; און די טעג
פֿון יעקבן ,די יאָרן פֿון ז ַײן לעבן ,ז ַײנען געװען הונדערט יאָר און זיבן
און פֿערציק יאָר 29 .און די טעג פֿון ישׂראלן האָבן גענענט צום
שטאַרבן ,און ער האָט גערופֿן ז ַײן זון יוֹספֿן ,און האָט צו אים
געזאָגט :אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין
ד ַײנע אױגן ,טו ,איך בעט דיך ,ד ַײן האַנט אונטער מ ַײן דיך ,און
זאָלסט טאָן מיט מיר אַ חסד און אַ טר ַײשאַפֿט :זאָלסט מיך ניט
באַגראָבן ,איך בעט דיך ,אין ִמצ ַר ִים 30 .און אַז איך װעל זיך לײגן צו
מ ַײנע עלטערן ,זאָלסטו מיך אַװעקטראָגן פֿון ִמצ ַר ִים ,און מיך
באַגראָבן אין זײער קבֿר .האָט ער געזאָגט :איך װעל טאָן אַזױ װי ד ַײן
װאָרט 31 .האָט ער געזאָגט :שװער מיר .און ער האָט אים געשװאָרן;
און ישׂראל האָט זיך געבוקט צוקאָפּנס פֿון בעט.
1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן ,האָט מען
אָנגעזאָגט יוֹספֿן :זע ,ד ַײן פֿאָטער איז קראַנק .האָט ערמח
גענומען מיט זיך ז ַײנע צװײ זין ,מנשהן און אפֿרימען 2 .און מע האָט
געלאָזט װיסן יעקבן און געזאָגט :זע ,ד ַײן זון יוֹסף קומט צו דיר; און
ישׂראל האָט זיך געשטאַרקט ,און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט.
3און יעקב האָט געזאָגט צו יוֹספֿן :גאָט ַש ַדי האָט זיך באַװיזן צו מיר
אין לוז ,אין לאַנד כַּנ ַען ,און ער האָט מיך געבענטשט 4 .און ער האָט