Page 113 - Breyshis
P. 113
בראשית
און אַז דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים און פֿון לאַנד
כַּנ ַען ,ז ַײנען אַלע ִמצרים געקומען צו יוֹספֿן ,אַזױ צו זאָגן :גיב אונדז
ברױט; װאָרום נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן פֿאַר דיר? אַז דאָס געלט
האָט זיך אױסגעלאָזט 16 .האָט יוֹסף געזאָגט :גיט א ַײערע פֿי ,און
איך װעל א ַײך געבן פֿאַר א ַײערע פֿי ,אױב דאָס געלט האָט זיך
אױסגעלאָזט 17 .האָבן זײ געבראַכט זײערע פֿי צו יוֹספֿן ,און יוֹסף
האָט זײ געגעבן ברױט פֿאַר פֿערד ,און פֿאַר סטאַדעס שאָף ,און פֿאַר
סטאַדעס רינדער ,און פֿאַר אײזלען; און ער האָט זײ פֿאַרזאָרגט מיט
ברױט אין יענעם יאָר ,פֿאַר אַלע זײערע פֿי.
18האָט זיך דאָס יאָר געענדיקט; און אױפֿן צװײטן יאָר ז ַײנען זײ
געקומען צו אים ,און האָבן צו אים געזאָגט :מיר װעלן ניט פֿאַרהױלן
פֿון מ ַײן האַר ,אַז אַזױ װי דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען ,און די
סטאַדעס פֿי ז ַײנען ב ַײ מ ַײן האַר ,איז ניט געבליבן פֿאַר מ ַײן האַר
אַחוץ נאָר אונדזער ל ַײב און אונדזער ערד 19 .נאָך װאָס זאָלן מיר
אומקומען פֿאַר ד ַײנע אױגן ,אי מיר אי אונדזער ערד? קױף אָףּ אונדז
און אונדזער ערד פֿאַר ברױט ,און מיר מיט אונדזער ערד װעלן ז ַײן
קנעכט צו ַפּרעהן; און גיב אונדז זריעה ,כּדי מיר זאָלן לעבן און ניט
שטאַרבן ,און די ערד זאָל ניט פֿאַרװיסט װערן.
20האָט יוֹסף אָפּגעקױפֿט די גאַנצע ערד פֿון ִמצ ַר ִים פֿאַר ַפּרעהן,
װאָרום די ִמצרים האָבן פֿאַרקױפֿט איטלעכער ז ַײן פֿעלד ,װ ַײל דער
הונגער האָט זיך געשטאַרקט איבער זײ; און דאָס לאַנד איז געװאָרן
ַפּרעהס 21 .און דאָס פֿאָלק ,זײ האָט ער שטעטװ ַײז איבערגעפֿירט
פֿון אײן עק געמאַרק פֿון ִמצ ַר ִים צום אַנדער עק 22 .נאָר די ערד פֿון
די פּריסטער האָט ער ניט אָפּגעקױפט ,װ ַײל די פּריסטער האָבן
געקריגן אַ ִקצבֿה פֿון ַפּרעהן ,און זײ האָבן געגעסן זײער ִקצבֿה װאָס
ַפּרעה האָט זײ געגעבן; דרום האָבן זײ ניט פֿאַרקױפֿט זײער ערד.
23און יוֹסף האָט געזאָגט צום פֿאָלק :אָט האָב איך ה ַײנט
אָפּגעקױפֿט א ַײך און א ַײער לאַנד פֿאַר ַפּרעהן; נאַט א ַײך זריעה ,און
פֿאַרזײט די ערד 24 .און עס װעט ז ַײן ב ַײ די תּבואות ,װעט איר געבן
אַ פֿינפֿטל צו ַפּרעהן ,און פֿיר חלקים װעלן א ַײך ז ַײן פֿאַר זריעה פֿון
פֿעלד ,און פֿאַר א ַײער עסן ,און פֿאַר די װאָס אין א ַײערע ה ַײזער ,און
צום עסן פֿאַר א ַײערע קלײנע קינדער.