Page 111 - Breyshis
P. 111
בראשית
אַלע נפֿשות ז ַײנען געװען זעקס און זעכציק 27 .און יוֹספֿס זין ,װאָס
ז ַײנען אים געבאָרן געװאָרן אין ִמצ ַר ִים ,ז ַײנען געװען צװײ נפֿשות.
אַלע נפֿשות פֿון יעקבס הױז װאָס ז ַײנען געקומען קײן ִמצ ַר ִים,
זיבעציק.
28און יהודהן האָט ער געשיקט פֿאַרױס פֿאַר זיך צו יוֹספֿן ,צו װ ַײזן
אים פֿאַרױס דעם װעג קײן גוֹ ֶשן; און זײ ז ַײנען אָנגעקומען קײן לאַנד
גוֹ ֶשן.
29און יוֹסף האָט א ַײנגעשפּאַנט ז ַײן ר ַײטװאָגן ,און איז
אַרױפֿגעגאַנגען אַנטקעגן ז ַײן פֿאָטער ישׂראלן קײן גוֹ ֶשן .און װי ער
האָט זיך געװיזן פֿאַר אים ,אַזױ איז ער אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז,
און ער האָט לאַנג געװײנט אױף ז ַײן האַלדז 30 .און ישׂראל האָט
געזאָגט צו יוֹספֿן :אַצונד קען איך שטאַרבן ,נאָכדעם װי איך האָב
געזען ד ַײן פּנים ,אַז דו לעבסט נאָך.
31און יוֹסף האָט געזאָגט צו ז ַײנע ברידער און צו ז ַײן פֿאָטערס
הױזגעזינט :איך װעל אַרױפֿגײן און װעל דערצײלן ַפּרעהן ,און איך
װעל אים זאָגן :מ ַײנע ברידער און מ ַײן פֿאָטערס הױזגעזינט ,װאָס
ז ַײנען געװען אין לאַנד כַּנ ַען ,ז ַײנען געקומען צו מיר 32 .און די
מענטשן ז ַײנען פּאַסטוכער פֿון שאָף ,װאָרום זײ ז ַײנען מענטשן פֿון
פֿי; און זײערע שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן,
האָבן זײ מיטגעבראַכט 33 .און עס װעט ז ַײן ,אַז ַפּרעה װעט א ַײך
רופֿן ,און װעט זאָגן :װאָס איז א ַײער טאָן? 34זאָלט איר זאָגן:
מענטשן פֿון פֿי ז ַײנען ד ַײנע קנעכט פֿון אונדזער יוגנט אָן און ביז
אַצונד ,אַזױ מיר ,אַזױ אונדזערע עלטערן; כּדי איר זאָלט זיצן אין
לאַנד גוֹ ֶשן ,װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ די ִמצרים איז יעטװעדער
פּאַסטוך פֿון שאָף.
1און יוֹסף איז געגאַנגען און האָט דערצײלט ַפּרעהן ,און
האָט געזאָגט :מ ַײן פֿאָטער און מ ַײנע ברידער ,מיט זײערעמז
שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן ,ז ַײנען געקומען פֿון
לאַנד כַּנ ַען ,און זײ ז ַײנען אין לאַנד גוֹ ֶשן 2 .און פֿון צװישן ז ַײנע
ברידער האָט ער גענומען פֿינף מאַן ,און האָט זײ געשטעלט פֿאַר
ַפּרעהן 3 .האָט ַפּרעה געזאָגט צו ז ַײנע ברידער :װאָס איז א ַײער טאָן?