Page 112 - Breyshis
P. 112
בראשית
האָבן זײ געזאָגט צו ַפּרעהן :פּאַסטוכער פֿון שאָף ז ַײנען ד ַײנע
קנעכט ,אַזױ מיר ,אַזױ אונדזערע עלטערן 4 .און זײ האָבן געזאָגט צו
ַפּרעהן :צו װױנען אין לאַנד ז ַײנען מיר געקומען ,װאָרום עס איז
ניטאָ קײן פֿיטערונג פֿאַר די שאָף פֿון ד ַײנע קנעכט ,װ ַײל דער הונגער
איז שװער אין לאַנד כַּנ ַען .און אַצונד ,איך בעט דיך ,זאָלן ד ַײנע
קנעכט זיצן אין לאַנד גוֹ ֶשן.
5האָט ַפּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײן פֿאָטער און ד ַײנע
ברידער ז ַײנען געקומען צו דיר; 6דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים ליגט פֿאַר דיר,
אין בעסטן טײל פֿון לאַנד באַזעץ ד ַײן פֿאָטער און ד ַײנע ברידער.
זאָלן זײ זיצן אין לאַנד גוֹ ֶשן .און אױב דו װײסט אַז צװישן זײ ז ַײנען
דאָ טױגלעכע מענטשן ,זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אױבערל ַײט איבער
דעם פֿי װאָס איך האָב.
7און יוֹסף האָט געבראַכט ז ַײן פֿאָטער יעקבן ,און ער האָט אים
געשטעלט פֿאַר ַפּרעהן; און יעקב האָט געבענטשט ַפּרעהן 8 .און
ַפּרעה האָט געזאָגט צו יעקבן :װיפֿיל ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון
ד ַײן לעבן? 9האָט יעקב געזאָגט צו ַפּרעהן :די טעג פֿון די יאָרן פֿון
מ ַײן װאַנדערשאַפט ז ַײנען הונדערט און דר ַײסיק יאָר .װינציק און
שלעכט ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מ ַײן לעבן ,און זײ קומען ניט
צו די טעג פֿון די יאָרן פֿון מ ַײנע עלטערנס לעבן אין די טעג פֿון
זײער װאַנדערשאַפט 10 .און יעקב האָט געבענטשט ַפּרעהן ,און איז
אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ַפּרעהן.
11און יוֹסף האָט באַזעצט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײנע ברידער ,און ער
האָט זײ געגעבן אײגנטום אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,אין בעסטן טײל פֿון
לאַנד ,אין לאַנד ַר ְעמ ֵסס ,אַזױ װי ַפּרעה האָט באַפֿױלן 12 .און יוֹסף
האָט אױסגעהאַלטן ז ַײן פֿאָטער און ז ַײנע ברידער ,און דאָס גאַנצע
הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער ,מיט ברױט ,װי נאָכן געזינט.
13און קײן ברױט איז ניט געװען אין גאַנצן לאַנד ,װאָרום דער
הונגער איז געװען זײער שװער ,און דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים און דאָס
לאַנד כַּנ ַען ז ַײנען אױסגעמאַטערט געװאָרן פֿון דעם הונגער 14 .און
יוֹסף האָט אױפֿגעקליבן דאָס גאַנצע געלט װאָס האָט זיך געפֿונען
אין לאַנד ִמצ ַר ִים און אין לאַנד כַּנ ַען ,פֿאַר דער תּבואה װאָס זײ האָבן
געקױפֿט .און יוֹסף האָט געבראַכט דאָס געלט אין ַפּרעהס הױז15 .