Page 109 - Breyshis
P. 109
בראשית
װעג 22 .זײ אַלעמען האָט ער געגעבן גאַנגען קלײדער פֿאַר איטלעכן,
און בנימינען האָט ער געגעבן דר ַײ הונדערט זילבערשטיק ,און פֿינף
גאַנג קלײדער 23 .און צו ז ַײן פֿאָטער האָט ער דעסגל ַײכן געשיקט
צען אײזלען באַלאָדן מיטן בעסטן פֿון ִמצ ַר ִים ,און צען אײזעלינס
באַלאָדן מיט תּבואה און ברױט ,און שפּ ַײז פֿאַר ז ַײן פֿאָטער אױפֿן
װעג 24 .און ער האָט אַװעקגעשיקט ז ַײנע ברידער ,און זײ ז ַײנען
אַװעקגעגאַנגען; און ער האָט זײ אָנגעזאָגט :איר זאָלט א ַײך ניט
קריגן אױפֿן װעג.
25און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים ,און ז ַײנען געקומען קײן
לאַנד כַּנ ַען צו זײער פֿאָטער יעקבן 26 .און זײ האָבן אים דערצײלט,
אַזױ צו זאָגן :יוֹסף לעבט נאָך; און אַז ער געװעלטיקט איבערן גאַנצן
לאַנד ִמצ ַר ִים .איז ז ַײן האַרץ פֿאַרקילט געװאָרן ,װאָרום ער האָט זײ
ניט געגלױבט 27 .האָבן זײ אים דערצײלט אַלע װערטער פֿון יוֹספֿן,
װאָס ער האָט צו זײ גערעדט ,און ער האָט געזען די װעגן װאָס יוֹסף
האָט געשיקט אים צו פֿירן ,און דער ג ַײסט פֿון זײער פֿאָטער יעקבן
האָט אָפּגעלעבט 28 .און ישׂראל האָט געזאָגט :גענוג! מ ַײן זון יוֹסף
לעבט נאָך; איך װעל גײן און װעל אים זען אײדער איך שטאַרב.
1און ישׂראל האָט אַװעקגעצױגן מיט אַלץ װאָס ער האָט
געהאַט ,און איז געקומען קײן ב ֵארֶ -ש ַבע ,און ער האָטמו
געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער צו דעם גאָט פֿון ז ַײן פֿאָטער יצחקן 2 .און
גאָט האָט גערעדט צו ישׂראלן אין זעונגען פֿון דער נאַכט ,און האָט
געזאָגט :יעקב ,יעקב! האָט ער געזאָגט :דאָ בין איך 3 .האָט ער
געזאָגט :איך בין גאָט ,דער גאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער ,זאָלסט ניט מוֹרא
האָבן אַראָפּצונידערן קײן ִמצ ַר ִים ,װאָרום פֿאַר אַ גרױס פאָלק װעל
איך דיך דאָרטן מאַכן 4 .איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר קײן ִמצ ַר ִים,
און אױך אַרױפֿברענגען װעל איך דיך אַרױפֿברענגען .און יוֹסף װעט
אַרױפֿטאָן ז ַײן האַנט אױף ד ַײנע אױגן.
5און יעקב איז אױפֿגעשטאַנען פֿון ב ֵארֶ -ש ַבע ,און די קינדער פֿון
ישׂראל האָבן געפֿירט זײער פֿאָטער יעקבן ,און זײערע קלײנע
קינדער ,און זײערע װ ַײבער ,אױף די װעגן װאָס ַפּרעה האָט געשיקט
אים צו פֿירן 6 .און זײ האָבן גענומען זײערע פֿי ,און זײער פֿאַרמעג