Page 105 - Breyshis
P. 105
בראשית
מענטשן ,און אַז דו װעסט זײ אָניאָגן ,זאָלסטו זאָגן צו זײ :פֿאַר װאָס
האָט איר אָפּגעצאָלט אַ רעה פֿאַר אַ טוֹבֿה? 5דאָס איז דאָך דער
װאָס מ ַײן האַר טרינקט פֿון אים ,און צױבערן טוט ער צױבערן מיט
אים .איר האָט זיך שלעכט באַגאַנגען מיט װאָס איר האָט געטאָן.
6און ער האָט זײ אָנגעיאָגט ,און האָט צו זײ גערעדט די דאָזיקע
װערטער 7 .האָבן זײ צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס רעדט מ ַײן האַר
אַזעלכע װערטער? באַהיט זאָלן װערן ד ַײנע קנעכט פֿון טאָן אַזאַ
זאַך! 8זע ,דאָס געלט װאָס מיר האָבן געפֿונען אין מױל פֿון
אונדזערע זעק ,האָבן מיר דיר אומגעקערט פֿון לאַנד כַּנ ַען ,ה ַײנט װי
װעלן מיר גנבען פֿון ד ַײן האַרס הױז זילבער אָדער גאָלד? 9דער
יעניקער פֿון ד ַײנע קנעכט װאָס ער װעט ב ַײ אים געפֿונען װערן ,זאָל
שטאַרבן ,און אױך מיר װעלן ז ַײן קנעכט צו מ ַײן האַר.
10האָט ער געזאָגט :הגם געזאָלט האָט אַצונד ז ַײן אַזױ װי א ַײערע
װערטער ,זאָל נאָר דער װאָס ער װעט ב ַײ אים געפֿונען װערן ,ז ַײן אַ
קנעכט צו מיר ,און איר װעט ז ַײן רײן.
11האָבן זײ אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איטלעכער ז ַײן זאַק אױף דער
ערד ,און זײ האָבן געעפֿנט איטלעכער ז ַײן זאַק 12 .און ער האָט
געזוכט; מיטן עלטסטן האָט ער אָנגעהױבן ,און מיטן יִינגסטן האָט
ער געענדיקט .און דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין בנימינס
זאַק.
13האָבן זײ צעריסן זײערע קלײדער ,און איטלעכער האָט
אױפֿגעלאָדן ז ַײן אײזל ,און זײ האָבן זיך אומגעקערט אין שטאָט14 .
און יהודה איז געקומען מיט ז ַײנע ברידער אין יוֹספֿס הױז; און ער
איז נאָך דאָרטן געװען .און זײ ז ַײנען געפאַלן פֿאַר אים צו דער ערד.
15האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט :װאָס איז דאָס פֿאַר אַ טואונג װאָס איר
האָט געטאָן? האָט איר ניט געװוּסט אַז צױבערן טוט צױבערן אַזאַ
מאַן װי איך?
16האָט יהודה געזאָגט :װאָס זאָלן מיר זאָגן צו מ ַײן האַר ,װאָס זאָלן
מיר רעדן ,און װאָס זאָלן מיר זיך פֿאַרענטפֿערן? גאָט האָט געפֿונען
די זינד פֿון ד ַײנע קנעכט .אָט ז ַײנען מיר קנעכט צו מ ַײן האַר ,אי מיר,
אי דער װאָס דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין ז ַײן האַנט.