Page 104 - Breyshis
P. 104

‫בראשית‬

‫י ִינגסטער ברודער‪ ,‬װאָס איר האָט מיר פֿון אים דערצײלט? און ער‬
                     ‫האָט געזאָגט‪ :‬זאָל דיך גאָט ל ַײטזעליקן‪ ,‬מ ַײן זון‪.‬‬

‫‪ 30‬און יוֹסף האָט זיך געא ַײלט‪ ,‬װאָרום ז ַײן האַרץ האָט אים‬
‫פֿאַרקלעמט אױף ז ַײן ברודער‪ ,‬און ער האָט זיך געװאָלט‬
‫פֿאַנאַנדערװײנען; איז ער אַר ַײן אין קאַמער‪ ,‬און האָט דאָרטן‬
‫געװײנט‪ 31 .‬און ער האָט אָפּגעװאַשן ז ַײן פּנים‪ ,‬און איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען; און ער האָט זיך א ַײנגעהאַלטן און האָט געזאָגט‪:‬‬

                                                           ‫לײגט ברױט‪.‬‬

‫‪ 32‬האָט מען געלײגט פֿאַר אים באַזונדער‪ ,‬און פֿאַר זײ באַזונדער‪,‬‬
‫און פֿאַר די ִמצרים װאָס האָבן געגעסן ב ַײ אים‪ ,‬באַזונדער‪ ,‬װאָרום‬
‫די ִמצרים קענען ניט עסן ברױט מיט די ִעברים‪ ,‬װ ַײל דאָס איז אַן‬

                                         ‫אומװערדיקײט ב ַײ די ִמצרים‪.‬‬

‫‪ 33‬און זײ ז ַײנען אױסגעזעצט געװאָרן פֿאַר אים‪ ,‬דער ב ָכור לױט ז ַײן‬
‫בכוֹרהשאַפֿט‪ ,‬און דער יִינגערער לױט ז ַײן יונגקײט; און די מענטשן‬
‫האָבן זיך געװוּנדערט צװישן אײנאַנדער‪ 34 .‬און ער האָט זײ געלאָזט‬
‫צוטראָגן חלקים פֿון פֿאַר אים‪ ,‬און בנימינס חלק איז געװען פֿינף‬
‫מאָל אַזױ פֿיל װי זײער איטלעכנס חלק‪ .‬און זײ האָבן געטרונקען און‬

                                            ‫זיך אָנגעטרונקען מיט אים‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט באַפֿױלן דעם װאָס איבער ז ַײן הױז‪ ,‬אַזױ צו‬

‫זאָגן‪ :‬פֿיל אָן די זעק פֿון די מענטשן מיט שפּ ַײז װיפֿיל זײמד‬

‫קענען טראָגן‪ ,‬און טו אַר ַײן איטלעכנס געלט אין מױל פֿון ז ַײן זאַק‪2 .‬‬
‫און מ ַײן בעכער‪ ,‬דעם זילבערנעם בעכער‪ ,‬זאָלסטו אַר ַײנטאָן אין‬
‫מױל פֿון דעם זאַק פֿון דעם י ִינגסטן‪ ,‬מיט דעם געלט פֿאַר ז ַײן‬

                                                                ‫תּבואה‪.‬‬

   ‫און ער האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס יוֹסף האָט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 3‬װי דער מאָרגן האָט אױפֿגעלוכטן‪ ,‬אַזױ ז ַײנען די מענער‬
‫אַװעקגעשיקט געװאָרן‪ ,‬זײ און זײערע אײזלען‪ 4 .‬זײ ז ַײנען נאָרװאָס‬
‫אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט‪ ,‬נאָך ניט געװען װ ַײט אַװעק‪ ,‬אַזױ האָט‬
‫יוֹסף געזאָגט צו דעם װאָס איבער ז ַײן הױז‪ :‬שטײ אױף‪ ,‬יאָג נאָך די‬
   99   100   101   102   103   104   105   106   107   108   109