Page 101 - Breyshis
        P. 101
     בראשית
 35און עס איז געװען ,װי זײ לײדיקן אױס זײערע זעק ,ערשט
איטלעכנס בינטל געלט איז אין ז ַײן זאַק; און װי זײ און זײער
פֿאָטער האָבן דערזען זײערע בינטלעך געלט ,אַזױ האָבן זײ מוֹרא
געקראָגן 36 .און זײער פֿאָטער יעקב האָט צו זײ געזאָגט :איר האָט
מיך באַרױבט פֿון מ ַײנע קינדער; יוֹסף איז מער ניטאָ ,און שמעון איז
ניטאָ ,און בנימינען װילט איר אַװעקנעמען; דאָס אַלץ איז אױף מיר
                                                         אױסגעגאַנגען.
 37האָט ראובן געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער ,אַזױ צו זאָגן :מ ַײנע בײדע זין
זאָלסטו טײטן ,אױב איך װעל דיר אים ניט צוריקבֿרענגען .גיב אים
                 אױף מ ַײן האַנט ,און איך װעל אים אומקערן צו דיר.
 38האָט ער געזאָגט :מ ַײן זון װעט ניט אַראָפּנידערן מיט א ַײך,
װאָרום ז ַײן ברודער איז טױט ,און ער אַלײן איז געבליבן ,און אַז אים
װעט טרעפֿן אַן אומגליק אױף דעם װעג װאָס איר װעט גײן דערױף,
       װעט איר מאַכן נידערן מ ַײנע גראָע האָר מיט טרױער אין קבֿר.
 1און דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד 2 .און עס איז
געװען ,אַז זײ האָבן אױפֿגעגעסן די תּבואה ,װאָס זײ האָבןמג
געבראַכט פֿון ִמצ ַר ִים ,האָט זײער פֿאָטער צו זײ געזאָגט :גײט װידער,
                                           קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּ ַײז.
 3האָט יהודה געזאָגט צו אים ,אַזױ צו זאָגן :װאָרענען האָט אונדז
געװאָרנט דער מאַן ,אַזױ צו זאָגן :איר זאָלט מ ַײן פּנים ניט זען ,אױב
א ַײער ברודער איז ניט מיט א ַײך 4 .אױב דו שיקסט אונדזער ברודער
מיט אונדז ,װעלן מיר אַראָפּנידערן ,און װעלן דיר א ַײנקױפֿן שפּ ַײז5 .
אױב אָבער דו שיקסט ניט ,װעלן מיר ניט אַראָפּנידערן ,װאָרום דער
מאַן האָט אונדז אָנגעזאָגט :איר זאָלט מ ַײן פּנים ניט זען ,אױב א ַײער
                                             ברודער איז ניט מיט א ַײך.
 6האָט ישׂראל געזאָגט :נאָך װאָס האָט איר מיר געטאָן די רעה ,צו
                         זאָגן דעם מאַן ,אַז איר האָט נאָך אַ ברודער?
 7האָבן זײ געזאָגט :דער מאַן האָט זיך פֿאַנאַנדערגעפֿרעגט װעגן
אונדז ,און װעגן אונדזער משפּחה ,אַזױ צו זאָגן :לעבט נאָך א ַײער
     	
