Page 100 - Breyshis
P. 100
בראשית
23און זײ האָבן ניט געװוּסט אַז יוֹסף פֿאַרשטײט װאָרום אַ
טאָלמעטש איז געװען צװישן זײ 24 .האָט ער זיך אָפּגעדרײט פֿון זײ,
און האָט געװײנט .און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײ ,און האָט צו
זײ גערעדט; און ער האָט גענומען פֿון זײ שמעונען ,און האָט אים
א ַײנגעשפֿאַרט פֿאַר זײערע אױגן.
25און יוֹסף האָט באַפֿױלן ,מע זאָל אָנפֿילן זײערע כּלים מיט תּבואה,
און אומקערן זײער געלט איטלעכן אין ז ַײן זאַק ,און זײ געבן שפּ ַײז
אױפֿן װעג .און מע האָט צו זײ אַזױ געטאָן 26 .און זײ האָבן
אױפֿגעלאָדן זײער תּבואה אױף זײערע אײזלען ,און ז ַײנען
אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן.
27האָט אײנער געעפֿנט ז ַײן זאַק צו געבן ז ַײן אײזל פֿוטער אין
האַרבעריק ,און האָט דערזען ז ַײן געלט ,ערשט עס איז אין מױל פֿון
ז ַײן זאַק 28 .האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע ברידער :מ ַײן געלט איז
אומגעקערט געװאָרן ,און אָט איז עס אױך אין מ ַײן זאַק .איז זײ
אַרױסגעפֿאַלן דאָס האַרץ ,און זײ האָבן ציטערנדיק געזאָגט אײנער
צום אַנדערן :װאָס האָט אונדז דאָ גאָט געטאָן?
29און זײ ז ַײנען געקומען צו זײער פֿאָטער יעקבן קײן לאַנד כַּנ ַען,
און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן ,אַזױ צו זאָגן:
30דער מאַן ,דער האַר פֿון לאַנד ,האָט מיט אונדז גערעדט האַרט,
און ער האָט אונדז געמאַכט פֿאַר אױסקוקערס פֿון דעם לאַנד31 .
האָבן מיר צו אים געזאָגט :ערלעכע מענטשן ז ַײנען מיר ,מיר ז ַײנען
קיין מאָל ניט געװען קײן אױסקוקערס 32 .צװעלף ברידער ז ַײנען
מיר ,זין פֿון אונדזער פֿאָטער; אײנער איז ניט געװאָרן ,און דער
י ִינגסטער איז ה ַײנט מיט אונדזער פֿאָטער אין לאַנד כַּנ ַען 33 .האָט
דער מאַן ,דער האַר פֿון לאַנד ,צו אונדז געזאָגט :דערמיט װעל איך
װיסן אַז איר ז ַײט ערלעכע מענטשן :אײן ברודער א ַײערן לאָזט
איבער ב ַײ מיר ,און נעמט גענוג פֿאַר דעם הונגער פֿון א ַײערע
הױזגעזינטן ,און גײט 34 .און ברענגט א ַײער י ִינגסטן ברודער צו מיר,
און איך װעל װיסן אַז איר ז ַײט ניט קײן אױסקוקערס ,נאָר איר ז ַײט
ערלעכע מענטשן; װעל איך א ַײך אָפּגעבן א ַײער ברודער ,און איר
װעט מעגן פֿאַרקערן אין לאַנד.