Page 99 - Breyshis
P. 99
בראשית
12האָט ער צו זײ געזאָגט :נײן ,נ ַײערט די נאַקעטקײט פֿון לאַנד ז ַײט
איר געקומען זען.
13האָבן זײ געזאָגט :צװעלף ברידער ז ַײנען מיר ,ד ַײנע קנעכט ,זין
פֿון אײן מאַן אין לאַנד כַּנ ַען ,און אָט איז דער י ִינגסטער ה ַײנט מיט
אונדזער פֿאָטער ,און אײנער איז ניט געװאָרן.
14האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט :דאָס איז דאָך װאָס איך האָב צו א ַײך
גערעדט ,אַזױ צו זאָגן :אױסקוקערס ז ַײט איר 15 .דערמיט װעט איר
געפּרוּװט װערן :אַזױ װי ַפּרעה לעבט ,אױב איר װעט פֿון דאַנען
אַרױסגײן ,ס ַײדן א ַײער י ִינגסטער ברודער װעט קומען אַהער! 16
שיקט פֿון א ַײך אײנעם ,ער זאָל ברענגען א ַײער ברודער ,און איר
בל ַײבט א ַײנגעשפֿאַרט ,כּדי א ַײערע װערטער זאָלן אױסגעפּרוּװט
װערן ,אױב דער אמת איז מיט א ַײך; און אױב ניט ,אַזױ װי ַפּרעה
לעבט ,אַז איר ז ַײט אױסקוקערס!
17און ער האָט זײ אַר ַײנגענומען אין װאַך אױף דר ַײ טעג.
18און יוֹסף האָט צו זײ געזאָגט אױפֿן דריטן טאָג :דאָס טוט ,און
איר װעט בל ַײבן לעבן – איך האָב מוֹרא פֿאַר גאָט 19 :אױב איר ז ַײט
ערלעכע מענטשן ,זאָל אײן ברודער א ַײערער בל ַײבן א ַײנגעשפֿאַרט
אין א ַײער װאַכהױז ,און איר גײט ,און ברענגט תּבואה פֿאַר דעם
הונגער פֿון א ַײערע הױזגעזינטן 20 .און א ַײער י ִינגסטן ברודער זאָלט
איר ברענגען צו מיר; און א ַײערע װערטער װעלן באַװערט װערן ,און
איר װעט ניט שטאַרבן.
האָבן זײ אַזױ געטאָן.
21און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן :פֿאַר װאָר ,מיר ז ַײנען
שולדיק װעגן אונדזער ברודער װאָס מיר האָבן צוגעזען דעם צער
פֿון ז ַײן זעל ,װען ער האָט זיך געבעטן ב ַײ אונדז ,און מיר האָבן ניט
צוגעהערט .דרום איז אױף אונדז געקומען די דאָזיקע צרה 22 .און
ראובן האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײ ,אַזױ צו זאָגן :האָב איך א ַײך ניט
געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַרזינדיקט א ַײך ניט אָן דעם יִינגל? אָבער
איר האָט ניט צוגעהערט; און אָט אױך װערט ז ַײן בלוט
אױפֿגעמאָנט.