Page 95 - Breyshis
P. 95

‫בראשית‬

‫‪ 14‬האָט ַפּרעה געשיקט און גערופֿן יוֹספֿן‪ ,‬און מע האָט אים אױף גיך‬
‫אַרױסגענומען פֿון תּפֿיסה‪ .‬און ער האָט זיך אָפּגעגאָלט‪ ,‬און האָט‬

            ‫איבערגעביטן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און איז געקומען צו ַפּרעהן‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט ַפּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום‪,‬‬
‫און ניטאָ װער זאָל אים פּוֹתר ז ַײן; און איך האָב געהערט זאָגן אױף‬

                   ‫דיר‪ ,‬אַז דו פֿאַרשטײסט אַ חלום‪ ,‬אים פּוֹתר צו ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט יוֹסף געענטפֿערט ַפּרעהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ניט איך‪ ,‬גאָט װעט‬
                                        ‫באַשײדן דעם פֿריד פֿון ַפּרעהן‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט ַפּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬מיר חלומט זיך‪ ,‬ערשט איך שטײ‬
‫ב ַײם ברעג ט ַײך‪ 18 .‬און אָט גײען אַרױף פֿון ט ַײך זיבן קי‪ ,‬פֿעט אױפֿן‬
‫ל ַײב און שײן אױפֿן געשטאַלט; און זײ האָבן זיך געפֿיטערט אין‬
‫גראָז‪ 19 .‬און אָט גײען אַרױף נאָך זײ זיבן אַנדערע קי‪ ,‬אָרים און‬
‫זײער מיאוס אױפֿן געשטאַלט און דאַר אױפֿן ל ַײב‪ ,‬װאָס אין גאַנצן‬
‫לאַנד ִמצ ַר ִים האָב איך ניט געזען זײער גל ַײכן אין מיאוסקײט‪ 20 .‬און‬
‫די דאַרע און מיאוסע קי האָבן אױפֿגעגעסן די ערשטע זיבן פֿעטע קי‪.‬‬
‫‪ 21‬און זײ ז ַײנען אַר ַײן אין זײ‪ ,‬און עס איז ניט געװען קענטיק אַז זײ‬
‫ז ַײנען אין זײ אַר ַײן‪ ,‬און זײער אױסזען איז געװען אַזױ מיאוס װי אין‬
‫אָנהײב‪ .‬און איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט‪ 22 .‬און איך האָב געזען אין‬
‫מ ַײן חלום‪ ,‬ערשט זיבן זאַנגען גײען‪-‬אױף אױף אײן שטענגל‪ ,‬פֿולע‬
‫און גוטע‪ 23 .‬און אָט שפּראָצן אַרױס נאָך זײ זיבן זאַנגען‬
‫א ַײנגעטריקנטע‪ ,‬דינע‪ ,‬פֿאַרברענטע פֿון מזרח‪-‬װינט‪ 24 .‬און די דינע‬
‫זאַנגען האָבן א ַײנגעשלונגען די זיבן גוטע זאַנגען‪ .‬האָב איך‬

             ‫דערצײלט די ַחרטומים‪ ,‬אָבער קײנער קען מיר ניט זאָגן‪.‬‬

‫‪ 25‬האָט יוֹסף געזאָגט צו ַפּרעהן‪ :‬דער חלום פֿון ַפּרעהן איז אײנער;‬
‫װאָס גאָט װיל טאָן האָט ער אָנגעזאָגט ַפּרעהן‪ 26 .‬די זיבן גוטע קי‬
‫דאָס ז ַײנען זיבן יאָר‪ ,‬און די זיבן גוטע זאַנגען דאָס ז ַײנען זיבן יאָר;‬
‫אײן חלום איז דאָס‪ 27 .‬און די זיבן דאַרע און מיאוסע קי‪ ,‬װאָס‬
‫ז ַײנען אַרױפֿגעקומען נאָך זײ‪ ,‬דאָס ז ַײנען זיבן יאָר; און די זיבן‬
‫לײדיקע זאַנגען פֿאַרברענט פֿון מזרח‪-‬װינט‪ ,‬דאָס װעלן ז ַײן זיבן‬
‫הונגעריאָרן‪ 28 .‬דאָס איז די זאַך װאָס איך האָב געזאָגט ַפּרעהן‪ :‬װאָס‬
‫גאָט װיל טאָן האָט ער באַװיזן ַפּרעהן‪ 29 .‬זע‪ ,‬עס קומען זיבן יאָר פֿון‬
‫גרױס זעט אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 30 .‬און נאָך זײ װעלן אױפֿשטײן‬
   90   91   92   93   94   95   96   97   98   99   100