Page 91 - Breyshis
P. 91
בראשית
10און עס איז געװען ,אַז זי האָט גערעדט צו יוֹספֿן טאָג פֿאַר טאָג,
און ער האָט ניט צוגעהערט צו איר ,צו ליגן מיט איר ,צו ז ַײן מיט
איר 11 ,איז ,אײן טאָג װען ער איז אַר ַײנגעקומען אין הױז צו טאָן
ז ַײן אַרבעט ,און קײן מענטש פֿון די הױזל ַײט איז דאָרטן ניט געװען
אין הױז 12 ,האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר ז ַײן קלײד ,אַזױ צו זאָגן:
ליג מיט מיר .האָט ער איבערגעלאָזן ז ַײן קלײד אין איר האַנט ,און
איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן 13 .און עס איז געװען ,װי זי האָט
געזען ,אַז ער האָט איבערגעלאָזן ז ַײן קלײד אין איר האַנט ,און איז
אַנטלאָפֿן דרױסן 14 ,אַזױ האָט זי גערופֿן צו אירע הױזל ַײט ,און האָט
צו זײ געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :זעט ,מע האָט אונדז געבראַכט אַ מאַן אַ
ִעברי ,צו מאַכן געשפּעט פֿון אונדז; ער איז געקומען צו מיר צו ליגן
מיט מיר ,און איך האָב גערופֿן אױף אַ הױכן ָקול 15 .איז ,װי ער האָט
געהערט ,אַז איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן ָקול און האָב גערופֿן ,אַזױ
האָט ער איבערגעלאָזן ז ַײן קלײד ב ַײ מיר ,און איז אַנטלאָפֿן און
אַרױס דרױסן.
16און זי האָט אַװעקגעלײגט ז ַײן קלײד ב ַײ זיך ,ביז ז ַײן האַר איז
געקומען אַהײם 17 .און זי האָט גערעדט צו אים אַזױ װי די דאָזיקע
װערטער ,אַזױ צו זאָגן :דער קנעכט דער ִעברי װאָס דו האָסט אונדז
געבראַכט ,איז געקומען צו מיר צו מאַכן געשפּעט פֿון מיר 18 .און
עס איז געװען ,װי איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן ָקול און האָב גערופֿן,
אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן ז ַײן קלײד ב ַײ מיר ,און איז אַנטלאָפֿן
דרױסן.
19און עס איז געװען ,װי ז ַײן האַר האָט געהערט די װערטער פֿון ז ַײן
װ ַײב ,װאָס זי האָט צו אים גערעדט ,אַזױ צו זאָגן :אַזעלכע זאַכן
האָט געטאָן צו מיר ד ַײן קנעכט ,האָט ז ַײן צאָרן געגרימט 20 .און
יוֹספס האַר האָט אים גענומען ,און האָט אים אַר ַײנגעזעצט אין
געפענקעניש ,אין דעם אָרט װוּ דעם מלכס געפאַנגענע ז ַײנען
א ַײנגעשפֿאַרט; און ער איז דאָרטן געװען אין געפענקעניש.
21און גאָט איז געװען מיט יוֹספֿן ,און ער האָט גענ ַײגט צו אים
גענאָד ,און אים געגעבן חן אין די אױגן פֿון דעם האַר פֿון
געפענקעניש 22 .און דער האַר פֿון געפענקעניש האָט איבערגעגעבן
אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן אַלע געפאַנגענע װאָס אין געפענקעניש;
און אַלץ װאָס מע האָט דאָרטן געטאָן ,האָט ער אױפֿגעטאָן 23 .דער