Page 88 - Breyshis
P. 88
בראשית
6און יהודה האָט גענומען אַ װ ַײב פֿאַר ֵער ז ַײן ב ָכור ,װאָס איר
נאָמען איז געװען ָתּ ָמר 7 .און ֵער ,יהודהס ב ָכור ,איז געװען שלעכט
אין די אױגן פֿון גאָט ,און גאָט האָט אים געטײט 8 .האָט יהודה
געזאָגט צו אוָֹננען :קום צו ד ַײן ברודערס װ ַײב ,און באַשװעגער זי,
און שטעל אױף אַ זאָמען נאָך ד ַײן ברודער 9 .און אַזױ װי אוָֹנן האָט
געװוּסט אַז דער זאָמען װעט ניט געהערן צו אים ,איז ,אַז ער איז
געקומען צו ז ַײן ברודערס װ ַײב ,האָט ער אױסגעבראַכט צו דער ערד,
כּדי ניט צו געבן אַ זאָמען צו ז ַײן ברודער 10 .איז געװען שלעכט אין
די אױגן פֿון גאָט װאָס ער האָט געטאָן ,און ער האָט אים אױך
געטײט.
11האָט יהודה געזאָגט צו ז ַײן שנור ָתּ ָמרן :זיץ אַן אַלמנה אין ד ַײן
פאָטערס הױז ,ביז מ ַײן זון ֵש ָלה װעט אױפֿװאַקסן; װאָרום ער האָט
געקלערט :טאָמער װעט ער אױך שטאַרבן אַזױ װי ז ַײנע ברידער.
איז ָתּ ָמר אַװעקגעגאַנגען ,און איז געזעסן אין איר פאָטערס הױז.
12האָבן זיך געמערט די טעג ,און שו ַעס טאָכטער ,די װ ַײב פֿון
יהודהן ,איז געשטאָרבן .און אַז יהודה האָט זיך געהאַט געטרײסט,
איז ער אַרױפגעגאַנגען צו די שערער פֿון ז ַײנע שאָף קײן ִתּמָנה ,ער
און ז ַײן גוטער פר ַײנט חי ָרה פֿון ַעדו ָלם.
13איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָתּ ָמרן ,אַזױ צו זאָגן :זע ,ד ַײן שװער גײט
אַרױף קײן ִתּמָנה ,צו שערן ז ַײנע שאָף 14 .האָט זי אױסגעטאָן אירע
אַלמנה-קלײדער פֿון זיך ,און האָט זיך פֿאַרדעקט מיט אַ שלײער ,און
זיך א ַײנגעװיקלט ,און זי האָט זיך געזעצט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון ֵעיַנ ִים,
װאָס אױפֿן װעג קײן ִתּמָנה; װאָרום זי האָט געזען אַז ֵש ָלה איז
אױפֿגעװאַקסן ,און זי איז ניט געגעבן געװאָרן צו אים פֿאַר אַ װ ַײב.
15און יהודה האָט זי געזען ,און ער האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ זוֹנה,
װ ַײל זי האָט פֿאַרדעקט איר פּנים 16 .האָט ער פֿאַרקערט צו איר
ב ַײם װעג ,און האָט געזאָגט :קום ,איך בעט דיך ,לאָמיך קומען צו
דיר; װאָרום ער האָט ניט געװוּסט אַז זי איז ז ַײן שנור .האָט זי
געזאָגט :װאָס װעסטו מיר געבן ,אַז דו װעסט קומען צו מיר? 17
האָט ער געזאָגט :איך װעל שיקן אַ ציגנבעקל פֿון די שאָף .האָט זי
געזאָגט :ס ַײדן װעסט מיר געבן אַ משכּון ביז דו שיקסט 18 .האָט ער
געזאָגט :װאָס פֿאַר אַ משכּון זאָל איך דיר געבן? האָט זי געזאָגט: