Page 92 - Breyshis
P. 92
בראשית
האַר פֿון געפענקעניש האָט ניט נאָכגעקוקט קײן שום זאַך אונטער
ז ַײן האַנט ,װ ַײל גאָט איז געװען מיט אים ,און װאָס ער האָט געטאָן,
האָט גאָט באַגליקט.
1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן ,האָט דער
טראַנקמ ַײסטער פֿון דעם מלך פֿון ִמצ ַרִים ,און דער בעקער ,זיךמ
פֿאַרזינדיקט אַקעגן זײער האַר ,דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים 2 .און
ַפּרעה האָט געצערנט אױף ז ַײנע צװײ הױפֿדינער ,אױף דעם
אױבערטראַנקמ ַײסטער און אױף דעם אױבערבעקער 3 .און ער האָט
זײ אַר ַײנגעזעצט אין דער װאַך פֿון דעם אױבערל ַײבװעכטערס הױז,
אין געפֿענקעניש ,אין דעם אָרט װאָס יוֹסף איז דאָרטן געװען
א ַײנגעשֿפּאַרט 4 .און דער אױבערל ַײבװעכטער האָט געשטעלט יוֹספֿן
לעבן זײ ,און ער האָט זײ באַדינט; און זײ ז ַײנען געװען אַ צ ַײט אין
װאַך.
5האָט זיך בײדן געחלומט אַ חלום אין אײן נאַכט ,איטלעכן
ז ַײן חלום ,איטלעכן לױט דעם פּיתרון פֿון ז ַײן חלום – דעם
טראַנקמ ַײסטער און דעם בעקער פֿון דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים ,װאָס
ז ַײנען געװען א ַײנגעשֿפּאַרט אין געפֿענקעניש 6 .און יוֹסף איז
געקומען צו זײ אין דער פֿרי ,און האָט זײ אָנגעקוקט ,ערשט זײ
ז ַײנען צעטראָגן 7 .האָט ער געפֿרעגט די הױפֿדינער פֿון ַפּרעהן װאָס
מיט אים אין דער װאַך פֿון ז ַײן האַרס הױז ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַר װאָס
ז ַײנען א ַײערע פּנימער ה ַײנט פֿאַרערגערט? 8האָבן זײ צו אים
געזאָגט :אונדז האָט זיך געחלומט אַ חלום ,און ניטאָ װער זאָל אים
פּוֹתר ז ַײן .האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט :פּיתרוֹנים ז ַײנען דאָך פֿון גאָט;
דערצײלט מיר ,איך בעט א ַײך.
9האָט דער אױבערטראַנקמ ַײסטער דערצײלט ז ַײן חלום צו יוֹספֿן,
און ער האָט צו אים געזאָגט :מיר חלומט זיך ,ערשט פֿאַר מיר איז אַ
װ ַײנשטאָק 10 ,און אױפֿן װ ַײנשטאָק דר ַײ צװ ַײגן; און װי ער בליט,
איז אױפֿגעגאַנגען ז ַײן בליעכץ ,האָבן ז ַײנע הענגלעך געצ ַײטיקט
װ ַײנטרױבן 11 .און ַפּרעהס בעכער איז געװען אין מ ַײן האַנט; האָב
איך גענומען די װ ַײנטרױבן ,און האָב זײ אױסגעקװעטשט אין ַפּרעהס
בעכער ,און דערלאַנגט דעם בעכער אין ַפּרעהס האַנט.