Page 89 - Breyshis
P. 89
בראשית
ד ַײן זיגלרינג ,און ד ַײן שנור ,און ד ַײן שטעקן װאָס אין ד ַײן האַנט.
האָט ער עס איר געגעבן ,און ער איז צו איר געקומען ,און זי איז
טראָגעדיק געװאָרן פֿון אים 19 .און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז
אַװעקגעגאַנגען ,און זי האָט אױסגעטאָן פֿון זיך איר שלײער ,און
האָט אָנגעטאָן אירע אַלמנה-קלײדער.
20און יהודה האָט געשיקט דאָס ציגנבעקל דורך דער האַנט פֿון ז ַײן
גוטן פר ַײנט פֿון ַעדו ָלם ,כּדי אָפּצונעמען דעם משכּון פֿון דער פרױס
האַנט; אָבער ער האָט זי ניט געפונען 21 .האָט ער געפרעגט די
מענטשן פֿון איר אָרט ,אַזױ צו זאָגן :װוּ איז די זוֹנה װאָס איז געװען
אין ֵעיַנ ִים ב ַײם װעג? האָבן זײ געזאָגט :דאָ איז ניט געװען קײן זוֹנה.
22האָט ער זיך אומגעקערט צו יהודהן ,און האָט געזאָגט :איך האָב
זי ניט געפונען .און אױך די מענטשן פֿון דעם אָרט האָבן געזאָגט :דאָ
איז ניט געװען קײן זוֹנה 23 .האָט יהודה געזאָגט :זאָל זי עס האַלטן
פֿאַר זיך ,כּדי מיר זאָלן ניט װערן צו שפּאָט; איך האָב דאָך געשיקט
דאָס דאָזיקע ציקעלע ,און דו האָסט זי ניט געפונען.
24און עס איז געװען אין אַרום דר ַײ חדשים ,איז אָנגעזאָגט געװאָרן
יהודהן ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײן שנור ָתּ ָמר האָט מַזנה געװען ,און אָט איז
זי אױך טראָגעדיק פֿון זנות .האָט יהודה געזאָגט :פירט זי אַרױס ,און
זאָל זי פֿאַרברענט װערן.
25װי זי איז אַרױסגעפירט געװאָרן ,אַזױ האָט זי געשיקט זאָגן צו
איר שװער :פֿון דעם מאַן װאָס די דאָזיקע געהערן צו אים ,בין איך
טראָגעדיק .און זי האָט געזאָגט :דערקען אַקאָרשט װעמעס איז דער
דאָזיקער זיגלרינג ,און די שנורן ,און דער שטעקן? 26האָט יהודה
דערקענט ,און ער האָט געזאָגט :זי איז גערעכטער פֿון מיר ,דערפֿאַר
װ ַײל איך האָב זי ניט געגעבן צו מ ַײן זון ֵש ָלהן .אָבער ער האָט מער
װידער ניט פֿאַרקערט מיט איר.
27און עס איז געװען אין דער צ ַײט פֿון איר געבערן ,ערשט אַ
צװילינג איז אין איר ל ַײב 28 .און עס איז געװען ,אַז זי האָט געבאָרן,
האָט אײנער אַרױסגעשטעקט ז ַײן האַנט ,און די הײבין האָט גענומען
און האָט אָנגעבונדן אָן ז ַײן האַנט אַ רױטן פאָדים ,אַזױ צו זאָגן :דער
דאָזיקער איז אַרױסגעקומען צוערשט 29 .און עס איז געװען ,װי ער
ציט צוריק ז ַײן האַנט ,ערשט ז ַײן ברודער איז אַרױסגעקומען; האָט זי