Page 85 - Breyshis
P. 85

‫בראשית‬

‫‪ 5‬און יוֹספֿן האָט זיך געחלומט אַ חלום‪ ,‬און ער האָט דערצײלט ז ַײנע‬
‫ברידער‪ ,‬און זײ האָבן אים נאָך מער פ ַײנט געקריגן‪ 6 .‬און ער האָט‬
‫צו זײ געזאָגט‪ :‬הערט אַקאָרשט דעם דאָזיקן חלום װאָס מיר האָט‬
‫זיך געחלומט‪ 7 :‬מיר בינדן אַזױ גאַרבן אין פעלד‪ ,‬ערשט מ ַײן גאַרב‬
‫האָט זיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬און איז אױך געבליבן שטײן; און זע‪ ,‬א ַײערע‬
‫גאַרבן האָבן זיך אַרומגעשטעלט‪ ,‬און האָבן זיך געבוקט צו מ ַײן‬

                                                                  ‫גאַרב‪.‬‬

‫‪ 8‬האָבן ז ַײנע ברידער צו אים געזאָגט‪ :‬קיניגן װילסטו קיניגן איבער‬
‫אונדז? אָדער געװעלטיקן װילסטו געװעלטיקן איבער אונדז? און זײ‬
‫האָבן אים נאָך מער פ ַײנט געקריגן פֿאַר ז ַײנע חלוֹמות‪ ,‬און פֿאַר ז ַײנע‬

                                                                   ‫רײד‪.‬‬

‫‪ 9‬און אים האָט זיך װידער געחלומט אַן אַנדער חלום‪ ,‬און ער האָט‬
‫דערצײלט ז ַײנע ברידער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אָט האָט זיך מיר װידער‬
‫געחלומט אַ חלום‪ :‬ערשט די זון און די לבנה און די עלף שטערן‬

                                                       ‫בוקן זיך צו מיר‪.‬‬

‫‪ 10‬און װי ער האָט עס דערצײלט ז ַײן פאָטער און ז ַײנע ברידער‪ ,‬האָט‬
‫ז ַײן פאָטער אָנגעשריען אױף אים‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬װאָס‬
‫איז דאָס פֿאַר אַ חלום װאָס דיר האָט זיך געחלומט? זאָל איך און‬
‫ד ַײן מוטער און ד ַײנע ברידער גאָר קומען זיך בוקן פֿאַר דיר צו דער‬

                                                                   ‫ערד?‬

‫‪ 11‬און די ברידער האָבן אים מקנא געװען; אָבער ז ַײן פאָטער האָט‬
                                            ‫די זאַך געהאַלטן אין זינען‪.‬‬

‫‪ 12‬און ז ַײנע ברידער ז ַײנען געגאַנגען פיטערן די שאָף פֿון זײער‬
‫פאָטער אין ש ֶכם‪ 13 .‬האָט ישׂראל געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬ד ַײנע ברידער‬
‫פיטערן דאָך אין ש ֶכם; קום און איך װעל דיך שיקן צו זײ‪ .‬האָט ער‬
‫צו אים געזאָגט‪ :‬דאָ בין איך‪ 14 .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‬
‫אַקאָרשט זע אױב פריד איז צו ד ַײנע ברידער‪ ,‬און פריד צו די שאָף‪,‬‬
‫און ברענג מיר אַן ענטפער‪ .‬און ער האָט אים אַװעקגעשיקט פֿון‬
‫דעם טאָל פֿון ֶחברוֹן‪ ,‬און ער איז געקומען קײן ש ֶכם‪ 15 .‬האָט אים‬
‫געפונען אַ מאַן‪ ,‬ערשט ער בלאָנדזשעט אום אין פעלד; און דער מאַן‬
‫האָט אים געפרעגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס זוכסטו? ‪ 16‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬מ ַײנע ברידער זוך איך; זאָג מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬װוּ פיטערן‬
   80   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90