Page 81 - Breyshis
P. 81
בראשית
16און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון ביתֵ -אל .און װען עס איז נאָך
געװען אַ שטרעק לאַנד צו קומען קײן ֶאפֿ ָרת ,איז רחל געגאַנגען צו
קינד ,און זי האָט געהאַט אַ שװערע געבורט 17 .און עס איז געװען,
אין איר שװערער געבורט ,האָט די הײבין צו איר געזאָגט :זאָלסט
ניט מוֹרא האָבן ,װאָרום אױך דאָס איז דיר אַ זון 18 .און עס איז
געװען ,װען איר נשמה איז אױסגעגאַנגען ,בעת זי איז געשטראָבן,
האָט זי גערופֿן ז ַײן נאָמען בן-אוֹני; אָבער ז ַײן פֿאָטער האָט אים
גערופֿן בנָימין.
19און רחל איז געשטאָרבן ,און זי איז באַגראָבן געװאָרן אױפֿן װעג
קײן ֶאפֿ ָרת ,דאָס איז ביתֶ -ל ֶחם 20 .און יעקב האָט געשטעלט אַ
מצבֿה אױף איר קבֿר; דאָס איז די מצבֿה פֿון רחלס קבֿר ביז אױף
ה ַײנט.
21און ישׂראל האָט אַװעקגעצױגן ,און ער האָט אױפֿגעשטעלט ז ַײן
געצעלט פֿון יענער ז ַײט ִמג ַדלֵ -ע ֶדר.
22און עס איז געװען װען ישׂראל האָט געװױנט אין יענעם לאַנד,
איז געגאַנגען ראובן און איז געלעגן מיט בל ָהה ,ז ַײן פֿאָטערס
קעפּסװ ַײב; און ישׂראל האָט עס געהערט.
און די זין פֿון יעקבן ז ַײנען געװען צװעלף 23 :די זין פֿון לאהן:
יעקבס ב ָכור ראובן ,און שמעון ,און ֵל ִוי ,און יהודה ,און ִיש ָשׂ ָכר ,און
זבולון; 24די זין פֿון רחלען :יוֹסף און בנימין; 25און די זין פֿון
בל ָהה ,רחלס דינסטָ :דן און נפֿתּלי; 26און די זין פֿון ִזל ָפּה ,לאהס
דינסטָ :גד און אָשר .דאָס ז ַײנען די זין פֿון יעקבן ,װאָס ז ַײנען אים
געבאָרן געװאָרן אין ַפּ ַדן-אַ ָרם.
27און יעקב איז געקומען צו ז ַײן פֿאָטער יצחקן קײן ַממ ֵרא ,קײן
ִקרַית-אַרבע – דאָס איז ֶחברוֹן – װאָס דאָרטן האָט געװױנט אבֿרהם
און יצחק.
28און די טעג פֿון יצחקן ז ַײנען געװען הונדערט יאָר און אַכציק יאָר.
29און יצחק איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן ,און ער איז
א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײן פֿאָלק ,אַלט און זאַט מיט טעג .און
ֵע ָשׂו און יעקב ז ַײנע זין האָבן אים באַגראָבן.